די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרהערט אַן עקסטרעם־רעכטן רבֿ

Israeli Police Questions Far Right Rabbi

בנציון גאָפּשטיין (לינקס), מיט זײַן אַדוואָקאַט, איתמר בן־גבֿיר, נאָכן פּאָליציי־פֿאַרהער דעם 11טן אויגוסט
Getty Images
בנציון גאָפּשטיין (לינקס), מיט זײַן אַדוואָקאַט, איתמר בן־גבֿיר, נאָכן פּאָליציי־פֿאַרהער דעם 11טן אויגוסט

פֿון ייִט״אַ

Published August 13, 2015, issue of September 04, 2015.

דינסטיק, דעם 11טן אויגוסט, האָט די ישׂראלדיקן פּאָליציי אַרויסגעלאָזט הרבֿ בנציון גאָפּשטיין, נאָכן פֿאַרהערן אים וועגן זײַן אויפֿרוף צו פֿאַרברענען די קריסטלעכע קלויסטערס אין ישׂראל.

גאָפּשטיין, אַ נאָכפֿאָלגער פֿון מאיר כּהנא, פֿירט אָן מיט דער עקסטרעם־רעכטער גרופּע „להבֿ״ה‟, וואָס קעמפֿט קעגן געמישטע חתונות און פֿאַראייניקטע ייִדיש־אַראַבישע אונטערנעמונגען. אין דעצעמבער, האָט די דאָזיקע חבֿרה דורכגעפֿירט אַ פּראָטעסט קעגן אַ חתונה פֿון אַ מוסולמענישן מאַן און אַ ייִדישער פֿרוי; די חתן־כּלה זענען ביידע ישׂראלדיקע בירגער. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט „להבֿ״ה‟ אויך פּראָטעסטירט קעגן דעם פּאַראַד פֿון האָמאָסעקסואַלן אין ירושלים, בעת וועלכן אַ פֿרומער אָנפֿאַלער האָט דערשטאָכן אַ 16־יאָריק מיידל אויף טויט מיט אַ מעסער.

דעם 4טן אויגוסט, איז גאָפּשטיין אויפֿגעטראָטן אויף אַ הלכה־קאָנפֿערענץ, בעת וועלכער ער האָט גערופֿן צו פֿאַרברענען קלויסטערס און מעטשעטן. זײַן רעדע האָט זיך שפּעטער באַוויזן אויף דער חרדישער וועבזײַט „כּיכּר־שבת‟.

זונטיק, דעם 10טן אויגוסט, האָט די וואַטיקאַנער גרופּע, וואָס פֿאַרטיידיקט די רעכט פֿון די קריסטן אינעם הייליקן לאַנד, זיך געווענדט צום ישׂראלדיקן גענעראַל־פּראָקוראָר, יהודה ווײַנשטיין, מיט אַ טענה קעגן גאָפּשטיינס טעטיקייט. די קאַטוילישע פֿירער האָבן אויך אָנעגעקלאָגט וועגן דעם אין דער ישׂראלדיקער פּאָליציי. אין יוני, האָבן די ייִדישע רעכטע עקסטרעמיסטן פֿאַרברענט אַ היסטאָרישן קלויסטער אינעם גליל־ראַיאָן. אין די לעצטע יאָרן, זענען אין ישׂראל אויסגעבראָכן אַ צאָל אָנפֿאַלן אויף די קלויסטערס. די מחברים פֿונעם בריוו צום פּראָקוראָר האָבן באַטאָנט, אַז אַזעלכע טוער, ווי גאָפּשטיין, קאָנען מיט זייערע ווערטער פּראָוואָצירן נײַע אַטאַקן אויף די קריסטן.

בעתן פֿאַרהער, האָבן די פּאָליציאַנטן נישט געפֿונען קיין ראַיות, אַז דער פֿאַרהאַלטענער רבֿ איז געווען פֿאַרמישט אין די אַנומלטיקע עקסטרעמיסטישע אַקציעס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.