„ייִדיש ניו־יאָרק‟: אַ גילגול פֿון „קלעזקעמפּ‟

Yiddish New York: A Reincarnation of Klezkamp


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 14, 2015, issue of September 04, 2015.

ווען מע האָט אַנאָנסירט, אַז דער 30סטער „קלעזקעמפּ‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דעצעמבער 2014, וועט זײַן דער לעצטער, האָבן אַ סך פֿון די אָנטיילנעמער, וואָס זענען געקומען יאָר אײַן יאָר אויס זיך געוווּנדערט: „וואָס וועלן מיר טאָן דאָס קומענדיקע יאָר?‟ צווישן זיי איז געווען שׂרה מינע־גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון דער זינגערין חנה קופּער, אַליין אַ ייִדישע זינגערין און לאַנג־יאָריקע אָנפֿירערין פֿון דער קינדער־פּראָגראַם אין „קלעזקעמפּ‟.

„איך בין ממש אויסגעוואַקסן אין ׳קלעזקעמפּ׳,‟ האָט שׂרה דערקלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „ס׳איז געווען אַ ריזיקער טייל פֿון מײַן לעבן. ׳קלעזקעמפּ׳ איז שטענדיק פֿאָרגעקומען אין די ניטל־וואַקאַציעס. ס׳איז די פּערפֿעקטע צײַט: די קינדער גייען ניט אין שול, מע האָט אַ הפֿסקה בײַ דער אַרבעט. דערפֿאַר האָט זיך געשאַפֿן אַ גרופּע מענטשן, וואָס פֿלעגט קומען יעדעס יאָר‟.

„׳קלעזקעמפּ׳ בעת דער וואָך פֿון ניטל איז געוואָרן אַ יערלעכער טייל פֿונעם לעבן און קאַלענדאַר בײַ אַ גאַנצער קהילה מענטשן, וואָס אַרבעטן מיט דער ייִדישער קולטור און קלעזמער־מוזיק,‟ האָט איבערגעגעבן פֿראַנק לאָנדאָן, דער טרומפּייט־שפּילער אין „קלעזמאַטיקס‟, אַן אָרגאַניזאַטאָר פֿון „קלעזקאַנאַדע‟ און אַנדערע קלעזמער־פּראָגראַמען, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „מיר האָבן אַלע געפֿילט, אַז מע דאַרף עפּעס האָבן אין דער זעלביקער צײַט, וואָס וועט ווײַטער צוזאַמענברענגען די מענטשן פֿון אונדזער קהילה‟.

שׂרה מינע־גאָרדאָן, פֿראַנק לאָנדאָן און אַ טוץ אַנדערע אַקטיווע טוער אין דער קלעזמער־וועלט האָבן אָנגעהויבן צו רעדן וועגן שאַפֿן אַ נײַעם פֿעסטיוואַל, וואָס זאָל פֿאַרטרעטן „קלעזקעמפּ‟.

„איך האָב צונויפֿגערופֿן די ערשטע זיצונג,‟ האָט דערקלערט פּיט רושעווסקי, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס. „איך האָב געהערט, ווי אַ סך מענטשן האָבן געהאַט באַזונדערע דיסקוסיעס. מײַקל ווינאָגראַד, דזשעני לעווינסאָן, און דזשאַש וואַלעצקי האָבן גערעדט וועגן שאַפֿן אַ פֿעסטיוואַל בעתן זומער אין ברוקלין. פֿראַנק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד האָבן אויך געטראַכט וועגן שאַפֿן עפּעס צוזאַמען; אויך די מענטשן בײַם ׳שלום־עליכם קולטור־צענטער׳ האָבן געהאַט אַ דעה וועגן דעם. אין דעם פֿאַל איז וויכטיק געווען צוזאַמענצוברענגען אַלעמען, כּדי זיי זאָלן קענען צוזאַמענאַרבעטן און עפּעס אויפֿטאָן‟.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.