ישׂראל שליסט אַ גאַז־אָפּמאַך

Israel Reaches Deal With Gas Consortium


פֿון ייִט״אַ

Published August 16, 2015, issue of September 04, 2015.

די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט דערגרייכט אַן אָפּמאַך מיט אַ קאָנסאָרציום פֿון פֿירמעס, וואָס וועלן אַרויסבאַקומען דעם נאַטירלעכן גאַז אינעם מיטל־לענדישן ים לעבן ישׂראל.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק אַנאָנסירט דעם אָפּמאַך, און איבערגעגעבן, אַז זונטיק, דעם 16טן אויגוסט, וועט זײַן קאַבינעט עס באַטראַכטן. לויט דעם פּלאַן, וועט די ישׂראלדיקע גרופּע „דלק‟ און די אַמעריקאַנער פֿירמע „נאָבל ענערדזשי‟, מיטן צענטער אין טעקסאַס, אַרויסבאַקומען בשותּפֿות דעם גאַז פֿונעם גרעסטן ראַיאָן, „לוויתן‟, און פֿאַרקלענערן זייער אינוועסטיציעס אין די אַנדערע גאַז־געגנטן. לויטן נײַעם הסכּם, וועט מען רעגולירן דעם פּרײַז פֿונעם גאַז במשך פֿונעם אַנטוויקלונג־פּעריאָד, וועלכער וועט פֿאַרענדיקט ווערן אינעם יאָר 2020.

נתניהו האָט געמאָלדן, אַז דער אָפּמאַך וועט ברענגען ישׂראל הונדערטער מיליאַרדן שקל במשך פֿון די קומענדיקע יאָרן. דער פּרעמיער האָט איבערגעחזרט די דאָזיקע פֿראַזע און צוגעגעבן, אַז דאָס געלט וועט העלפֿן צו פֿאַרבעסערן די געזונט־פֿאַרהיטונג, בילדונג און וווילזײַן פֿון די בירגער. ער האָט באַזונדערס באַדאַנקט יובֿל שטײַניץ, דעם מיניסטער פֿון נאַציאָנאַלע אינפֿראַסטרוקטורן, ענערגיע און וואַסער, פֿאַרן דערגרייכן דעם אָפּמאַך.

אין דעצעמבער, האָט די ישׂראלדיקע אַנטי־מאָנאָפּאָלישע אינסטאַנץ געגעבן אַן עצה צו מבֿטל זײַן דעם קאָנסאָרציום, כּדי ער זאָל נישט מאָנאָפּאָליזירן דעם גאַז־געשעפֿט. די פֿירמעס, וועלכע האָבן אינוועסטירט מיליאַרדן דאָלאַרן אינעם אויסזוכן און אַרויסבאַקומען דעם גאַז, זענען דעמאָלט געוואָרן אויפֿגעבראַכט.

מע איז זיך משער, אַז אינעם ראַיאָן „לוויתן‟, וואָס מע האָט אַנטדערט אינעם יאָר 2010 צום מערבֿ פֿון חיפֿה, אינמיטן דעם מיטל־לענדישן ים, געפֿינען זיך פֿון 16 ביז 18 טריליאָן קובישע פֿוס גאַז. אין דער קלענערער געגנט, „תּמר‟, האָפֿט מען אַרויסצובאַקומען צום ווייניקסטן 9 טריליאָן קובישע פֿוס — גענוג צו באַזאָרגן גאַנץ ישׂראל מיט די ענערגיע־באַדערפֿענישן במשך פֿון די קומענדיקע 20 יאָר.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.