„בויקלע”

“Boykeley”

די באַטייליקטע אינעם „פּאָזען־סעמינאַר‟ אין דער היים פֿון פּראָפֿ’ דוד און רחל ביאל.
די באַטייליקטע אינעם „פּאָזען־סעמינאַר‟ אין דער היים פֿון פּראָפֿ’ דוד און רחל ביאל.

פֿון לייזער בורקאָ

Published August 16, 2015, issue of September 04, 2015.

אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך געהאַט טענות צום שטאַט ווערמאָנט, וווּ איך האָב פֿאַרבראַכט צוויי טעג, און דאָס איז אויך געווען צו פֿיל. איצט וועל איך זיך באַקלאָגן וועגן דעם שטאַט קאַליפֿאָרניע, וווּ איך האָב פֿאַרבראַכט אַ גאַנצע וואָך — ס׳האָט זיך מיר אָבער געוואָלט בלײַבן לענגער. און דאָך, איז אַ וואָך אַ סך מער צײַט, קען מען טענהן, אַז דער פֿאַרגלײַך איז ניט קיין יושרדיקער; אָבער מע דאַרף האַלטן אין זינען, אַז קאַליפֿאָרניע איז אַ סך גרעסער — אפֿשר 17 מאָל גרעסער אין שטח און 60 מאָל גרעסער אין באַפֿעלקערונג. הייסט עס, מײַן איצטיקע אָפּשאַצונג, פֿון קאַליפֿאָרניע, קען ניט זײַן פּונקט אַזוי אַקוראַט ווי די פֿריִערדיקע, פֿון ווערמאָנט.

אין ווערמאָנט האָב איך געזען בלויז דאָס שטעטל מידלבערי און אַ ביסל די אַרומיקע לאַנדשאַפֿטן — האָבן לייענער מיר געשריבן, אַז ס׳איז דאָ אַ סך מער וואָס צו זען דאָרטן, אַחוץ דעם: ס׳איז דאָ די שיינע בערגלעך אין מערבֿ; ס׳איז דאָ ערגעץ אַן אײַזקרעם־פֿאַבריק; ס׳איז דאָ אַ שטאָט, וואָס הייסט בורלינגטאָן, וווּ דאָס ביר איז געשמאַק. בקיצור, עס קען זײַן, אַז איך האָב געהאַט אַ טעות און ס׳איז פֿאָרט כּדאַי צו פֿאָרן קיין ווערמאָנט, אַבי מע מײַדט אויס מידלבערי.

אָבער וועגן קאַליפֿאָרניע קענען קיין ספֿקות ניט זײַן: קאַליפֿאָרניע מוז מען זען — ספּעציעל איצט, איידער דער גאַנצער ראַיאָן גייט אויף אין פֿלאַמען, אָדער דער שטאַט פֿאַלט אַרײַן אין ים צוליב אַן ערד־ציטערניש. איך האָב באַזוכט צוויי וויכטיקע שטעטלעך הינטער סאַן־פֿראַנציסקאָ: פּאַלאָ־אַלטאָ און בערקלי (אָדער בויקלע, לויטן אַלטן ייִדישן אַרויסרעד). איך בין געקומען, כּדי צו מאַכן אַ ביסל פֿאָרשונג אין דער סטאַנפֿאָרד־ביבליאָטעק און צו באַטייליקן זיך אין אַ סעמינאַר פֿון דער „פּאָזען־געזעלשאַפֿט‟ פֿאַר דאָקטאָראַנטן אין ייִדישע לימודים.

ס’איז ניט כּדאַי צו דערמאָנען (ווײַל אַלע ווייסן שוין) די שיינקייט פֿון יענע געגנטן אָדער פֿונעם וועטער דאָרטן, וואָס איז שטענדיק אײַנגענעם און הערלעך. נאָך קענטיקער איז די שיינקייט פֿון די מענטשן, אַ דאַנק זייער יונגקייט און געוואַלדיקער פֿאַרמעגלעכקייט. דער לייענער ווייסט מסתּמא, אַז דער ראַיאָן אין דרום פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ הייסט „סיליקאָן־וואַלי‟ און דאָרט געפֿינען זיך אָן אַ שיעור „הײַ־טעק‟־פֿירמעס. וואַרטנדיק אויף דער באַן, האָב איך אָנגעקניפּט אַ שמועס מיט אַ חשובֿן „גוגל‟־אָנגעשטעלטן, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט „גוגל־ביכער‟ — אויך אויף ייִדיש. ער אַרבעט אויף דער פּראָגראַם, וואָס דערמעגלעכט, אַז דער קאָמפּיוטער זאָל קענען „לייענען‟ דעם טעקסט פֿון די סקאַנירטע זײַטן אין אַלע מעגלעכע שפּראַכן. ער האָט אָבער ניט געוווּסט, ווי אַזוי צו קויפֿן אַ באַן־בילעט, ווײַל וווינענדיק דאָרט צען יאָר, איז ער נאָך קיין מאָל ניט געפֿאָרן מיטן עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט; האָב איך אים אַרויסגעהאָלפֿן צו קוועטשן די ריכטיקע קנעפּלעך אויף דער פּרימיטיווער בילעט־מאַשין — אַ פֿעיִקייט, וואָס יעדער ניו־יאָרקער זאַפּט אײַן מיט דער מאַמעס מילך.

אַ דאַנק די אַלע „הײַ־טעק‟־גבֿירים, איז דאָס לעבן געוואַלדיק טײַער אין פּאַלאָ־אַלטאָ, און איך האָב דאָרט ניט געקענט געפֿינען קיין ביליק אָרט אײַנצושטיין. איך האָב אויסגעקליבן אַ מין יוגנט־אַכסניא („האַקער האָום‟, הייסט עס) אין דער דערבײַיִקער געגנט מענלאָ פּאַרק (וואָס איז אויך גענוג טײַער), וווּ איך בין געשלאָפֿן אין אַ צימער מיט אַכט יונגע פּראָגראַמירער. עטלעכע פּראָגראַמירערינס זײַנען געשלאָפֿן אין אַן אַנדער צימער, אָבער, אין אַלגעמיין, איז דער פּראָצענט פֿרויען צווישן דער חבֿרה ניט זייער הויך.

אַ סך וווילער האָב איך זיך געפֿילט אין בערקלי, וווּ די באַפֿעלקערונג באַשטייט אויך פֿון נאָרמאַלע מענטשן, ניט בלויז פּראָגראַמירער און „גוגל‟־עקזעקוטיוון. די פּרעכטיקע ביכער־קראָמען, ווי אויך די גרויסע צאָל היימלאָזע מענטשן, וואָס דרייען זיך אויף די גאַסן, האָבן מיך געלאָזט פֿילן ווי בײַ זיך אין דער היים.

אָבער צום בעסטן האָב איך זיך געפֿילט בײַ מײַנע חבֿרים, די באַטייליקטע אינעם „פּאָזען־סעמינאַר‟, וואָס מיר זײַנען אין גאָר אַ קורצער צײַט געוואָרן ווי איין משפּחה. דער, עיקר, קומט אַ דאַנק דעם „ייִדישיסטישן קאָנטינגענט‟: עופֿר דינעס, אַנאַ עלענאַ טאָרעס, און מיכל קאַספּער; ווי אויך די פּראָפֿעסאָרן דוד ביאל און פֿאַניע עוז־זאַלצבערגער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.