ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

די צװײ ייִדישע קריקעט־מאַנשאַפֿטן אין 1925
די צװײ ייִדישע קריקעט־מאַנשאַפֿטן אין 1925

פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 17, 2015, issue of September 04, 2015.

די קהילה און דער ניפֿטר

לעאָן סלוצקי, דער עלטסטער ייִדישער מלחמה־וועטעראַן אין לאַנד, איז ניפֿטר געװאָרן אין סידנעי אין עלטער פֿון 94 יאָר אין אַ נישט־ייִדישן מושבֿ־זקנים. ער האָט נישט איבערגעלאָזט קײן קינדער אָדער קײן קרובֿים. נאָך אַ רײ טעלעפֿאָן־קלונגען און אַ קאָמפּאַניע אין דער געזעלשאַפֿטלעכער מעדיע, זײַנען העכער 100 לאָקאַלע ייִדן בײַגעװען אױף זײַן לװיה, צװישן זײ תּלמידים און תּלמידות פֿון צװײ לאָקאַלע ייִדישע טאָגשולן, „מוריה‟ און „מסדה‟.

לעאָן סלוצקי איז געבױרן געװאָרן אין צװישן־מלחמהדיקן פּױלן. ער האָט באַקומען אַ יאַפּאַנעזישע װיזע פֿונעם דיפּלאָמאַט טשיונע סוגיהאַראַ אין קאָװנע בײַם אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, און דאָס האָט געראַטעװעט זײַן לעבן. פֿון יאַפּאַן איז סלוצקי אַװעק קײן נײַ־זעלאַנד, װוּ ער איז אַרײַן אין דער אַרמײ און איז געװאָרן אַ קאָפּראַל. זײַן מאַמע, טאַטע און שװעסטער זײַנען געװען צװישן די 6,000,000 אומגעקומענע ייִדן אין אייראָפּע. נאָר לעאָן און אַ ברודער האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.

די צװײ ברידער האָבן זיך באַזעצט אין סידנעי אין די 1950ער יאָרן. דאָרט האָט לעאָן חתונה געהאַט, נאָר שפּעטער האָט דאָס פּאָרפֿאָלק זיך געגט. לעאָן סלוצקי האָט פֿריִער געבױט און פֿאַרקױפֿט מעבל אין סידנעי, און האָט דערנאָך פֿאַרקױפֿט מענערישע קלײדער. זײַן פֿרײַנד זאָגט, אַז ער איז געװען אַ קענער פֿון דער ייִדישער געשיכטע, איז געװען אַן אונטערשטיצער פֿון מדינת־ישׂראל, און האָט ליב געהאַט אַרױסצוגײן אױף אַ שפּאַציר יעדן טאָג. לעאָן האָט ערשט אָנגעהױבן צו פֿאַראינטערעסירן זיך אין קאָמפּיוטערס און אין דער אינטערנעץ אין עלטער פֿון 78 יאָר. אין עלטער פֿון 93 יאָר האָט לעאָן סלוצקי זיך צעבראָכן אַ פֿוס און האָט געמוזט אַרײַן אין אַ מושבֿ־זקנים.


פֿײַערונגען לכּבֿוד 90 יאָר „מכּבי אױסטראַליע‟

אינעם יאָר 1925 האָבן צװײ ייִדישע קריקעט־מאַנשאַפֿטן, אײנע פֿון מעלבורן און אײנע פֿון סידנעי, געשפּילט אַ קריקעט־מאַטש. דאָס איז געװען דער אָנהײב פֿון דער ייִדישער ספּאָרט־אָרגאָניזאַציע „מכּבי אױסטראַליע‟. במשך פֿון די 90 יאָר האָט מען דורכגעפֿירט 65 ספּאָרט־קאַרנאַװאַלן און 33 ספּאָרט־פֿאַרמעסטן ספּעציעל פֿאַר די ייִנגערע מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע. געפֿײַערט האָט מען די דאַטע מיט אַ גרױסן צוזאַמענטרעף אין דער שטאָט בריזבען. אין גאַנג פֿונעם יאָר װעלן פֿאָרקומען נאָך אונטערנעמונגען אין פּערט, מעלבורן און סידנעי.


מעלדונגען פֿונעם צײַטװײַליקן אױספֿיר-קאָמיטעט בײַם ישיבֿה־צענטער

דער נײַער צײַטװײַליקער אױספֿיר־קאָמיטעט בײַם מעלבורנער ישיבֿה־צענטער האָט געמאָלדן די װאָך, אַז ער װעט אײַנפֿירן אַ פּראָגראַם, װאָס װעט במשך פֿון די קומענדיקע 6 חדשים אַרױסהעלפֿן די איצטיקע און געװעזענע תּלמידים פֿון דער ישיבֿה, װעלכע האָבן געליטן סעקסועלע מיסברױכן אינעם ישיבֿה־לאָקאַל. ער זאָגט, אַז ער װיל פֿאַרזיכערן, די געליטענע זאָלן האַלטן, אַז מע הערט זײערע טענות און אַז דער צענטער שטיצט זײ אונטער. ער פֿאָרשט אױך אױס די אַמאָליקע פּלענער צו פֿאַרזיכערן דעם װױלזײַן פֿון די תּלמידים און די נײַע פּלענער, צו פֿאַרזיכערן די זיכערהײט פֿון דער טאָגשול און די פּראַקטיק פֿון דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער טאָגשול בײַם אָנשטעלן נײַע מיטאַרבעטער.

דערצו האָט דער קאָמיטעט געמאָלדן, אַז ער װעט אָנהײבן בױען אַ נײַ ספּאָרט־אָרט פֿאַר די תּלמידים במשך פֿון אײן חודש. דער לאָקאַלער מאַגיסטראַט האָט שױן געגעבן אַ דערלױבעניש, אַז דאָס אָרט זאָל אױפֿגעבױט װערן אױפֿן אָרט, װוּ עס שטײט איצט אַ פּאַרקיר־פֿעלד אױפֿן שטח פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה.

דער קאָמיטעט האָט אױך געמאָלדן, אַז הײַיאָר װעט ער צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכן דעם יערלעכן פֿינאַנציעלע באַריכט פֿונעם צענטער. ער װיל פֿאַרזיכערן דער ישיבֿהס מנדרים, אַז אַלץ איז איצט אין אָרדענונג בײַם ישיבֿה־צענטער, און אַז די אַלגעמײנע ייִדישע באַפֿעלקערונג זאָל קענען זען, אַז מע הערט אירע טענות און זי זאָל פֿילן זיך פֿרײַ אױסצודריקן אירע זאָרגן װעגן דער לאַגע בײַ דער ישיבֿה.

דער קאָמיטעט גרײט אױך צו אַלע דאָקומענטאַציעס פֿאַרן נײַעם אױספֿיר-קאָמיטעט, װאָס װעט דערװײלט װערן אױף דער מעלבורנער יערלעכער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער ישיבֿה, אין חודש דעצעמבער.


יערלעכער װידערטרעף פֿון די „דונעראַ־באָיס‟ און זײערע משפּחות

די רעגירונג פֿון גרױס־בריטאַניע האָט פֿאַרשיקט 2,542 דײַטשע און עסטרײַכישע בירגער קײן אױסטראַליע אױף דער שיף „דונעראַ‟ בײַם אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. צװישן זײ זײַנען געװען 2,036 ייִדן, װעלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס אין זײערע צענטראַל־אײראָפּעיִשע הײמלענדער. מע האָט זײ אַלע פֿאַרהאַלטן אין ספּעציעלע לאַגערן אױפֿן אױסטראַלישן דאָרף. פֿיל פֿון די יוגנטלעכע ייִדן צװישן זײ האָבן זיך פֿאַרשריבן אין דער בריטישער און שפּעטער אין דער אױסטראַלישער אַרמײ. די „דונעראַ־באָיס‟, װעלכע לעבן נאָך, און זײער נאָכװוּקס פֿײַערן איצט 75 יאָר נאָך דעם, װי זײ האָבן געלאַנדט אין אױסטראַליע מיט אַן אַרױספֿאָר אױף די ערטער פֿון די געװעזענע לאַגערן. דער ייִנגסטער צװישן די „דונעראַ־באָיס‟ איז אַלט איצט 90 יאָר. מע שאַצט, אַז װײניקער װי 50 מענטשן זײַנען נאָך צװישן די לעבעדיקע.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.