אינדיע רופֿט אינדישע ייִדן צו באַזוכן זייער אַלטע היים

India Urges Indian Jews to Visit Their Home Country

די טשענאַמאַנגאַלאַם־שיל אין קאָטשין, רעסטאַוורירט נישט לאַנג צוריק מיט דער הילף פֿון דער אינדישער רעגירונג
די טשענאַמאַנגאַלאַם־שיל אין קאָטשין, רעסטאַוורירט נישט לאַנג צוריק מיט דער הילף פֿון דער אינדישער רעגירונג

פֿון ייִט״אַ

Published August 18, 2015, issue of September 04, 2015.

די רעגירונג פֿון אינדיע האָט געבעטן די צענדליקער טויזנט אינדישע ייִדן, וואָס וווינען הײַנט אין ישׂראל, צו באַזוכן דאָס לאַנד, וווּ זיי זענען געבוירן געוואָרן.

די צײַטונג „טײַמס פֿון אינדיע‟ — די דריט־גרעסטע אינעם לאַנד, וואָס גייט אַרויס אויף ענגליש — האָט איבערגעגעבן, אַז כּדי צו אַנטוויקלען דעם ייִדישן און ישׂראלדיקן טוריזם אינעם לאַנד, האָט די אינדישע רעגירונג באַצאָלט פֿאַר דער רעסטאַווראַציע פֿון אַ צאָל ייִדישע היסטאָרישע דענקמעלער. נישט לאַנג צוריק האָט די מלוכה רעמאָנטירט צוויי שילן און קאָטשין, דרום־אינדיע, אַן אַמאָליקער גרויסער צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן. צווישן בערך 85,000 אינדישע ייִדן אין ישׂראל, שטאַמען אַרום 25,000 פֿון דער דאָזיקער שטאָט.

לויט דער צײַטונג, איז דער אינדישער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל, דזשיידיפּ סאַרקאַר, אויפֿגעטראָטן אויף דער „נאַציאָנאַלער קאָנווענץ פֿון אינדישע ייִדן‟ און באַטאָנט, אַז זײַן רעגירונג וויל דערציילן דער גאַנצער וועלט וועגן דער רײַכער קולטור און געשיכטע פֿון ייִדן אין זײַן לאַנד, דערפֿאַר שטרעבט אינדיע אָפּצוהיטן די אָרטיקע ייִדישע ירושה. דער אַמבאַסאַדאָר האָט דערקלערט, אַז אָנהייבנדיק פֿונעם קומענדיקן יאָר, פּלאַנירט די אינדישע רעגירונג צו אָרגאַניזירן אַ ספּעציעלן טור איבער די ייִדישע היסטאָרישע מקומות אין מומבײַ און אַנדערע שטעט.

הײַיאָר, קלײַבט זיך דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון אינדיע, נאַרענדאַ מאָדי, אָפּצושטאַטן אַ וויזיט קיין ישׂראל. ביז הײַנט האָבן די אינדישע פּרעמיערן נאָך קיינמאָל נישט באַזוכט דאָס ייִדישע לאַנד.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.