מאָל? מאָלן? מאָלצײַט? פֿראַנץ ליסט?

Meal? Mill? Franz Liszt?


פֿון הערשל גלעזער

Published August 20, 2015, issue of September 04, 2015.

אַ שווערער קאַפּיטל אין ייִדישן לשון זענען די ווערטער פֿאַר מאָלצײַטן.

קודם־כּל, דאָ האָבן מיר צו טאָן נישט בלויז מיט לשון, נאָר אויך מיטן לעבן. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן עסט מען דאָך דעם הויפּט־מאָלצײַט דווקא אויף דער נאַכט, אָבער אין אייראָפּע עסט מען אים מיטאָגצײַט אָדער נאָך מיטאָג. אין פּוילן, אַ שטייגער, עסן אַ סך מענטשן אַ גרויסן מיטאָג ערשט אַרום 4:00-3:00; אַ קליינע וועטשערע עסן זיי אַרום 8:00 אויף דער נאכט. אין שפּאַניע און איטאַליע פֿלעגן זיך אַ גאַנצע וואָך פֿאַרמאַכן קראָמען און ביוראָען אויף אַ מיטאָג און אַ סיעסטע, דאָס וואָס ייִדן פֿאַרגינען זיך בלויז שבת. אין שפּאַניע עסט מען די וועטשערע ערשט אַרום 10:00 בײַ נאַכט; מע לייגט זיך שלאָפֿן 1:00־2:00, און צו דער אַרבעט שטייט מען אויף 7:00. אַ פּנים, לייגט מען אַרײַן מער כּוח אין פֿאַרברענגען ווי אין דער אַרבעט… ווי האָט דזשיגאַן קאָמענטירט וועגן ישׂראלים: נאָך אַ וואָך אַרבעט איז מען „אויסגערוט ווי די ביקעס“, נאָך שבת איז מען טויט מיד!

ס’וואָרט „מאָלצײַט“ אַליין איז „אומלאָגיש“, פּונקט אַזוי ווי „יאָרצײַט“, ווײַל „מאָל‟ איז, פֿאַרשטייט זיך, נייטראַל און „צײַט“ איז לשון־נקבֿה, נאָר מע זאָגט דאָך „דער מאָלצײַט‟, „דער יאָרצײַט‟ (פּוילישע ייִדן זאָגן „די יאָרצײַט“). ס׳לייגט זיך טאַקע נישט אויפֿן שׂכל, אָבער וואָס קען מען טאָן? ס׳וואָרט „מאָל“ דעקט זיך, אַגבֿ, מיט ענגלישן meal און איז דאָס זעלביקע וואָרט וואָס „מאָל“ time.

און די דרײַ מאָלצײַטן פֿונעם טאָג? היפּש פֿאַרשפּרייט אויף מאַמע־לשון איז טאַקע „פֿרישטיק“, אָבער קיין טיפֿע וואָרצלען האָט עס נישט, ס’איז דאָך ס’דײַטשישע Frühstück („פֿרי־שטיק“). בײַ חיים גראַדען האָט זיך דורכגעוואָרפֿן אַ טשיקאַווער פֿאָלק־עטימאָלאָגישער שרײַב־אופֿן: „פֿרישטאָג“, אַזוי ווי „זונטאָג“, „מאָנטאָג“ אד”גל.

טיפֿער פֿאַרוואָרצלט זענען „איבערבײַסן“, וואָס כ’האָב געהערט פֿון מײַן פּאָדאָליער זיידן, און „אָנבײַסן“, פֿון מײַן ליטווישער באָבע. מיט אָט דעם טײַטש ברענגט דער „גרויסער ווערטערבוך“ ציטאַטן מיט „אָנבײַסן“ פֿון מענדעלען און פֿון די רייד פֿון אַ ביטשוטשער (מיזרח־גאַליציע); „איבערבײַסן“ איז דאָך אויך טײַטש סתּם „איבערכאַפּן, עסן עפּעס אויף גיך צו וואָסער נישט איז צײַט“.

דאָ ווערט די מעשׂה נאָך קאָמפּליצירטער. „מיטאָג“ איז טאַקע דער מאָלצײַט וואָס מע עסט מיטאָגצײַט, אָבער מײַן זיידע האָט אויף דעם געזאָגט „אָנבײַסן“ (יאָ, דאָס זעלביקע וואָס אַנדערע זאָגן אויפֿן פֿרימאָרגנדיקן מאָלצײַט), מײַן באָבע ווידער — „וואַרמעס“. אַלע דרײַ ווערטער — „מיטאָג“, „אָנבײַסן“ און „וואַרמעס“ — זענען אויף ענגליש dinner, וואָס כאָטש אין אונדזערע צײַטן און לויט אונדזער שטייגער איז עס דער אויפֿדערנאַכטיקער מאָלצײַט, איז עס אַ מאָל אויך דאָ געווען דער מיטאָגדיקער.

אויף דער נאַכט „עסט‟ מען אויך כּלערליי ווערטער. זיידע־באָבע האָבן געזאָגט „וועטשערע“, וואָס נעמט זיך פֿונעם סלאַווישן וואָרט פֿאַר „אָוונט“ (למשל, פּויליש wieczór) און איז פֿאַראַן אויך אין אוקראַיִניש, רײַסיש, טשעכיש, אונגעריש אאַז”וו, אָבער דווקא נישט אין פּויליש אָדער רוסיש. ס’רוסישע uzhin נעמט זיך, אַ פּנים, פֿון yug „דרום; (אין פֿריִערדיקע צײַטן אויך) מיטאָג“, ס’איז אַ מאָל גאָר געווען טײַטש „מיטאָג“; ס’פּוילישע kolacja שטאַמט אָדער פֿונעם פֿראַנצייזישן collation (קליינער מאָלצײַט) אָדער פֿונעם איטאַליענישן colazione (מאָלצײַט), וואָס אויף לאַטײַן איז דער טײַטש דערפֿון גאָר געווען „(פֿאַר)זאַמלונג“.

חוץ „וועטשערע“, זאָגט מען אויך „נאַכטמאָל“ (ס’אָנגענומענע וואָרט בײַ די אונגערישע חסידים) און „אָוונטברויט“ (בײַ פּוילישע ייִדן).

חוץ דעם, האָט ענגליש, כּידוע, אַ צווייט וואָרט meal, טײַטש „מעל“. דאָס דאָזיקע וואָרט קער זיך אָן מיט „מאָלן“ (ענגליש mill, grind) און „מיל“ (mill). אָט דער שורש איז פֿאַראַן איבער גאַנץ אייראָפּע: אין לאַטײַן, סלאַוויש, ליטוויש, איריש און נאָך און נאָך.

און ס’ענגלישע flour? איר וועט לאַכן, אַזוי ווי איך האָב געלאַכט: ס’נעמט זיך פֿון flower „בלום“, וואָס דאָס שטאַמט דאָך פֿונעם פֿראַנצייזישן fleur. טאָ ווי קומט מעל צו בלומען? וואָרן fleur און flower זענען אויך געווען טײַטש „די סמעטענע, ס’בעסטע“, איז מעל געווען דער בעסטער חלק פֿונעם ווייץ. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיט דער צײַט האָט זיך דער טײַטש געביטן אויף סתּם „געמאָלענער ווייץ“. לויט די מקורים האָט מען שיִער נישט ביז אין אונדזערע צײַטן אויסגעלייגט ביידע ווערטער flower; ערשט אין 19טן י”ה האָט זיך אָנגענומען flour.

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: דער באַרימטער קאָמפּאָזיטאָר פֿראַנץ ליסט, אַן אונגער, וואָס האָט זיך אויסגעלעבט מיינסטנס אויף דײַטש, הייסט אויף אונגעריש Liszt Ferenc; liszt איז טײַטש „מעל“. אפֿשר האָט ער גאָר געשטאַמט פֿון בעקערס?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.