אַ פֿאַרלענגערטער טאָג פֿאַר שול־ייִנגלעך אין מיזרח־ירושלים

Extended School Day for Boys in East Jerusalem

פּאַלעסטינער שילער אין מיזרח־ירושלים דרייען זיך אַרום אויף דער גאַס, בעת די פּראָטעסטן, וועלכע זענען פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט צוליב דעם טויט פֿון אַ פּאַלעסטינער מאַן, דערשאָסן דורך דער ישׂראלדיקער פּאָליציי אין 2010
Getty Images
פּאַלעסטינער שילער אין מיזרח־ירושלים דרייען זיך אַרום אויף דער גאַס, בעת די פּראָטעסטן, וועלכע זענען פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט צוליב דעם טויט פֿון אַ פּאַלעסטינער מאַן, דערשאָסן דורך דער ישׂראלדיקער פּאָליציי אין 2010

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 20, 2015, issue of September 04, 2015.

די צײַטונג „האָרץ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די ירושלימער מוניציפּאַליטעט און דער ישׂראלדיקער בילדונג־מיניסטעריום וועלן אויס­געבן געלט, כּדי צו פֿאַרלענגערן דעם לערן־טאָג אין אַלע מיטל־שולן, וואָס געפֿינען זיך אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון ירושלים.

ווען די אַראַבישע מיטלשול־קינדער פֿאַרענ­דיקן דעם לערן־טאָג, גייען אַ סך פֿון זיי אַרויס אויף די גאַסן־פּראָטעסטן, בעת וועלכע אַ טייל תּלמידים הייבן אָן צו וואַרפֿן שטיינער. אין שײַכות מיט אַ כוואַליע גוואַלד־אינצידענטן, האָבן די בילדונג־אינסטאַנצן, בשותּפֿות מיט דער פּאָליציי, אויסגעאַרבעט די נײַע פּראָגראַם, כּדי די ייִנגלעך זאָלן בלײַבן לענגער אין דער שול במשך פֿונעם לערן־יאָר. הײַיאָר, האָט מען אײַנגעפֿירט דעם פֿאַרלענגערטן טאָג אין גע­וויסע ראַיאָנען פֿון מיזרח־ירושלים, וווּ די פּראָטעסטן ווערן דורכגעפֿירט באַזונדערס אַגרעסיוו.

נײַן שולן האָבן באַקומען סובסידיעס פֿאַר 2,000 תּלמידים. דאָס קומענדיקע לערן־יאָר, וועט די פּראָגראַם אַרומנעמען 15 שולן פֿאַר ייִנגלעך. אַ סך בילדונג־אַנשטאַלטן אין מיזרח־ירושלים זענען פּריוואַטע. במשך פֿון די צוגאָב־לימודים, וועלן די תּלמידים שטודירן אַזעלכע ענינים, ווי וויסנשאַפֿט און קאָמפּיוטערײַ, אָדער פֿאַרנעמען זיך מיט ספּאָרט, קונסט און מוזיק. די פֿאַראינטערעסירטע וועלן אויך קאָנען זיך באַקענען אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן מיט קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירונג. דער בילדונג־מי­ניסטעריום האָט אויסגעגעבן אויפֿן דאָזיקן פּראָיעקט, פֿאַרן קומענדיקן לערן־יאָר, אַ סומע פֿון 900,000 שקל (בערך 235,000 דאָלאַר).

כאַטאַם האַוויס, דער וואָרטזאָגער פֿונעם פֿאַראייניקטן קאָמיטעט פֿון עלטערן אין מיזרח־ירושלים האָט קריטיקירט דעם באַשלוס נישט אויסצוגעבן די סובסידיעס פֿאַר די מיידל־שולן. ער האָט באַמערקט, אַז לויט דער לאָגיק פֿונעם פּראָיעקט באַקומט זיך, אַז דווקא די, וואָס באַטייליקן זיך אין כוליגאַנישע אַקציעס אויף דער גאַס, פֿאַרדינען מער סובסידיעס פֿון דער רעגירונג, און די מיידלעך, וואָס פֿירן זיך אויף רויִק — דווקא נישט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.