דער פֿעסטיוואַל בעט מחילה בײַ מתּתיהו

Festival Apologizes to Matisyahu

מתּתיהו זינגט אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע אין בערלין, דעם 28סטן יולי
Getty Images
מתּתיהו זינגט אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע אין בערלין, דעם 28סטן יולי

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 20, 2015, issue of September 04, 2015.

דער שפּאַנישער אויסערן־מיניסטעריום האָט שאַרף קריטיקירט דעם באַשלוס מצד די אָר­גאַניזאַטאָרן פֿונעם מוזיקאַלישן פֿעסטיוואַל Rototom Sunsplash נישט צו דערלאָזן דעם ייִדישן זינגער מתּתיהו אויפֿצוטרעטן מיט אַ קאָנצערט צוליב דעם, וואָס ער האָט זיך אָפּ­גע­זאָגט צו שטיצן די פּאַלעסטינער מלוכה.

מתּתיהו האָט זיך געקליבן צו זינגען אויף דער דאָזיקער אונטערנעמונג, געווידמעט דער רעגיי־מוזיק, דעם 22סטן אויגוסט. מיטוואָך, דעם 19טן אויגוסט, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פֿעסטיוואַל זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן אינ­צידענט און האָט ווידער פֿאַרבעטן מתּתיהו אויפֿ­צוטרעטן לויטן אָריגינעלן פּלאַן.

מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט דער מיניסטעריום געטענהט, אַז בלויז בײַ מתּתיהו האָט מען געבעטן צו אָנערקענען בפֿרהסיא דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה. דווקא צוליב דעם, וואָס ער איז אַ ייִד, האָט מען זיך צו אים געווענדט מיט אַזאַ פּערזענלעכער פֿאָדערונג — דערפֿאַר האָט דער מיניסטעריום עס אויפֿגענומען ווי אַן אַקט פֿון דיסקרימינאַציע.

די אַמבאַסאַדע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין מאַדריד האָט מיטוואָך אויך קריטיקירט דעם אינצידענט און באַמערקט, אַז אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן קומט אין סתּירה מיט „פֿונדעמענטאַלע פֿרײַהייט־ווערטן‟. מעטיו מי­לער, באַקאַנט אין דער וועלט ווי מתּתיהו, איז אַן אַמעריקאַנער בירגער, אַ געבוירענער אין פּענסילוועניע. דער „ייִדישער וועלט־קאָנגרעס‟, די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, די פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין שפּאַניע און אַ צאָל אַנדערע גרופּעס האָבן אויך פֿאַרדאַמט דעם פֿאַרווער.

די פֿירנדיקע שפּאַנישע צײַטונג „על פּאַיִס‟ האָט באַמערקט, אַז דער זינגער איז נישט אַ ישׂראלי. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער מלוכיש־סובסידירטער אונטערנעמונג האָבן אָבער בײַ אים געפֿרעגט אַ קשיא, וואָס האָט צו טאָן מיטן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, ווײַל ער איז אַ ייִד.

מאָנטיק, דעם 17טן אויגוסט, האָט דער זינגער געמאָלדן אויפֿן „פֿייסבוק‟, אַז דער אָפּזאָג איז אַ „מיאוסער און באַליידיקנדיקער‟. די טעג פֿאָרט ער אַרום איבער אייראָפּע אויף אַ טור; מיטוואָך איז ער אויפֿגעטראָטן אין פֿראַנקפֿורט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.