ווידעאָ־ווענדונג, אויף ייִדיש, צו חסידישע עלטערן

A Video Appeal, in Yiddish, to Hasidic Parents

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 20, 2015, issue of September 18, 2015.

אַ שתּדלנות־אָרגאַניזאַציע אין באָראָ־פּאַרק, וואָס רופֿט די אָרטיקע חסידישע ישיבֿות צו פֿאַרבעסערן דעם קוריקולום פֿון די לימודי-חול (סעקולערע שטודיעס) אין זייערע קלאַסן, האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ אויף ייִדיש, ווענדנדיק זיך דירעקט צו די עלטערן פֿון די ישיבֿה־תּלמידים.

אינעם ווידעאָ, דערקלערט נפֿתּלי מאָסטער, דער חסידיש־געבוירענער גרינדער און פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, „יאַפֿפֿעד‟ (YAFFED), ווער ער איז, און פֿאַר וואָס איז אַזוי וויכטיק, אַז די טאַטעס און מאַמעס זאָלן פֿאָדערן בײַ די מנהלים פֿון די ישיבֿות, זיי זאָלן לערנען יעדעס קינד „די יסודות, וואָס מע דאַרף האָבן אין לעבן, צו קענען זיך אַן עצה געבן מיט דער הײַנטיקער גאַס, אין ביזנעס, און סתּם אַזוי אין טאָג־טעגלעכן לעבן.‟

YAFFED זענען די ראשי־תּיבֿות פֿון Young Advocates For Fair Education (יונגע אַקטיוויסטן לטובֿת אַ יושרדיקער בילדונג)

מאָסטער דערקלערט, אַז נאָכן רעדן מיט אַ סך חסידישע עלטערן, ווייסט ער וויפֿל פֿון זיי ווילן טאַקע, אַז זייערע קינדער זאָלן קריגן אַ בעסערע סעקולערע בילדונג, כּדי צו קענען מצליח זײַן אין לעבן, אָבער זיי האַלטן זיך צוריק, ווײַל זיי האָבן מורא וואָס אַנדערע וועלן זאָגן.

נפֿתּלי מאָסטער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ בעלזער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק, ווי איינער פֿון 17 קינדער. נאָכן לערנען זיך אין דער ישיבֿה, האָט ער שטודירט אין ישׂראל און דערנאָך זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אין קאָלעדזש: צו ערשט, אין „טוראָ־קאָלעדזש‟, און דערנאָך אינעם ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט. איצט לערנט ער זיך אויף אַ מאַגיסטער אין סאָציאַלער אַרבעט אין האָנטער־קאָלעדזש.

מאָסטער האָט געגרינדעט YAFFED אין 2011 אין איינעם מיט עטלעכע אַנדערע ייִדן פֿון חרדישע משפּחות. זײַן פֿרוי, מרים מאָסטער, איז אַ געוועזענע עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע.