פֿײגעלע און מוניעלע

Feigele and Muniele

פֿון לינקס: פֿייגעלע, מוניעלע און די מחברין
Chana Pollack
פֿון לינקס: פֿייגעלע, מוניעלע און די מחברין

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 21, 2015, issue of September 18, 2015.

ווען אונדזערע מאַמעס וואָלטן זיך דעמאָלט, אין די פֿופֿציקער יאָרן דערוווּסט, וואָס זייערע טעכטערלעך איז באַשערט אין לעבן, וואָלטן זיי אונדז ווייניקער באַדויערט. נאָך אַלעמען, איז פֿייגעלע אויסגעוואַקסן אין גרויס דחקות, און איך מיט צוויי קליידלעך, ווען מיר וואָלטן יאָ געוווּסט מיט וואָס אונדזער גורל שמעקט, וואָלטן מיר זיך גוט אויסגעלאַכט און דעם חוזק געשיקט מיט אַ טיר ווײַטער.

פֿייגעלע שטאַמט אָפּ פֿון זאַמאָשטש, פּרצעס געבורט־שטאָט, און מוניעלע פֿונעם קליינעם שטעטעלע סקאַלע אין אוקראַיִנע. ביידע זײַנען זיי אַדורך די שבע־מדורי־גהינום — זי אין רוסלאַנד, און ער בײַ די אוקראַיִנער אין צײַט פֿון דער מלחמה; ביידע זײַנען אַרויס דערפֿון מיט גאַנצע ביינער.

די צרה מיט דער שארית־הפּליטה־יוגנט איז געווען, וואָס אַ סך פֿון זיי זײַנען געקומען אַהער אָן אַ דערציִונג, די מלחמה האָט באַראַבעוועט זייערע קינדער־יאָרן, שוין אָפּגערעדט פֿון זייערע לערן־יאָרן. זיי זײַנען געקומען אַהער אָן אַ פֿאַך, אָן מזומן, אָן די נאָענטע קרובֿים, וואָס זיי האָבן אָנגעוווירן בײַם דײַטש, אָן דער שפּראַך פֿון לאַנד, אָן אַ געלעגנהייט אָנצושליסן זיך אין העכערע לערן־אַנשטאַלטן. זיי האָבן באַלד געדאַרפֿט זאָרגן וועגן חיונה, פֿאַרזאָרגן טאַטע־מאַמע, אײַנפֿונדעווען זיך אין צוגענגלעכע דירות, אויפֿשטעלן משפּחות, ברענגען קינדער אויף דער וועלט און אויפֿשטעלן אַן אייגענע וועלט, באַזירט אויפֿן אַמעריקאַנעם לעבנס־שטייגער.

אין פֿאַל פֿון מײַנע גוטע פֿרײַנט, פֿייגעלע און מוניעלע, איז עס צוגעגאַנגען דורך שווערער פּראַצע און האָרעוואַניע. זיי האָבן אָבער גענאָסן פֿונעם אַמעריקאַנעם חלום, צוגעקומען צו גרויס עשירות, זיך באַזעצט אויף דער פֿופֿטער עוועניו אין ניו־יאָרק מיט אַלע מאַגנאַטן. זיי האָבן אַן אייגענע לימוזין מיט אַ שאָפֿער, אַן אייגענע קעכין, און אַ זומער־הויז אין די העמפּטאָנס, בײַם ים — און אַלץ איז געקומען, אַ דאַנק זייער שלל מיט הײַזער און האָטעלן אין אַלע פֿינף געגנטן פֿון ניו־יאָרק. קיינער האָט זיי נישט געהאָלפֿן, אַלץ געטאָן אויף דער אייגענער האַנט. נישט ווי דאָנאַלד טראָמפּ, וועמעס טאַטע האָט אים פֿאַרזאָרגט מיט אַ גוטער דערציִונג, מיט הײַזער און מיט געלט.

לעצטנס, טרעפֿן מיר זיך אָפֿט אין ניו־יאָרק און מיר בלעטערן אויף אונדזערע קינדער־יאָרן נישט נאָר מיט נאָסטאַלגיע, נאָר אויך מיט נסים־ונפֿלאות, וואָס מיר אַליין האָבן די נסים באַוויזן. איז לאָמיך אָנהייבן פֿון סאַמע אָנהייב.

אין 1946, אין אַ פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד, האָב איך צו צען יאָר געשפּילט פּיאַנע און מוניעלע צו פֿופֿצן — פֿוסבאָל. ער איז געווען אַ זשוואַווער און ספּריטנער חבֿרעמאַנטשיק, מיידלעך האָבן קראַפּירט נאָך אים. ער האָט געהאַט אַ טאַטן, אָבער אין דער אמתן האָט זיך קיינער נישט אומגעקוקט צי ער עסט, צי ער שלאָפֿט אויף אַ זויבער געלעגער. נישט אַנדערש, ווי אַ טרײַבקראַפֿט האָט מיט אים קאָמאַנדעוועט, און אַזוי ביזן הײַנטיקן טאָג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.