אַ האָפֿענונג פֿאַר ייִדיש אין ישׂראל

New Possibilities for Yiddish in Israel

װעבזײַטל פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟
װעבזײַטל פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published August 21, 2015, issue of September 18, 2015.

אינעם תּל־אָבֿיבֿער ביוראָ פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ האָט אויף מיר געוואַרט אַ גוטע בשׂורה — כ’בין זוכה געװען צו אַ שטיצע אױף צו פֿאַרעפֿענטלעכן מײַן נײַ בוך. און כאָטש מע זאָגט, אַז מע טאָר ניט צונױפֿמישן אַ שׂימחה מיט אַ שׂימחה, װיל איך זיך מודה זײַן, אַז דער שמועס מיט צװײ גאָר סימפּאַטישע פֿרױען, דער פֿאָרזיצערין פֿון דער „אינסטאַנץ‟, שׂרה זיוו און דער גענעראַל־דירעקטאָרין יהודית סולל, האָט מיר פֿאַרשאַפֿן ניט װײניקער פֿאַרגעניגן װי די גוטע בשׂורה אַליין.

דעם אמת געזאָגט, האָב איך געמײנט, אַז די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, װי זאָל איך עס אײדל זאָגן, האָט זיך פֿון לאַנג אױפֿגעפֿרעסן פֿון אינעװײניק, װײַל גלײַך נאָך דעם, װי מיט צען יאָר צוריק האָבן זיך אָנגעהױבן די צעשפּאַלטונגס־מחלוקתן אין־און־אַרום דער „אינסטאַנץ‟, האָב איך אױפֿגעהערט זיך אינטערעסירן מיט דעם, װאָס עס קומט דאָרט פֿאָר. מײַנע אינטערעסן ליגן אױפֿן שטח פֿון דער ייִדישער קולטור — ניט אַרום אים. און װען די באַאַמטע הײבן אָן צו זוכן אַ יורידישן ענטפֿער אױף אַן אידיאָטישער פֿראַגע, „װער ביסטו בכלל?‟, פֿאָר איך איבער אין אַן אַנדער שטעטל — פֿרײַ פֿון די קלײנלעכע קיך־קריגערײַען און פֿול מיט דער גרױסער ייִדישער קונסט און ייִדישע טרױמען.

קינדװײַז האָט יעדעס קינד אַ טרױם — צו װערן עפּעס אַ וואַזשנער מענטש — אַן אַדװאָקאַט, אַ דאָקטער, אַן אַסטראָנאַװט, אַ פֿוסבאָל־שפּילער, אַ מאָדעלקע, אַ שױשפּילער, אַ פּרעזידענט… מילא, אַ קינד בלײַבט אַ קינד און אַ טרױם בלײַבט אַ טרױם, נאָר סײַ אַ קינד און סײַ אַ טרױם האָבן גרױסע אױגן. די צײַט גיט אַ לױף אַװעק און דער אײנציקער אונטערשײד צװישן צװײ אַבסטראַקטע זקנים באַשטײט אין דעם, װיפֿל מעות האָט באַװיזן אָפּשפּאָרן דער זקן זינט ער האָט זיך געזעגנט מיט די קינדער־טרױמען. אױב דער מענטש האָט פֿון קינװײַז אָן געהאַט רעאַליסטיש באַשטימטע דערציִערס, איז דאָס אַ מעלה, און אױב, חלילה, אױך די דערציִערס פֿונעם קינד זײַנען געװען לופֿט־מענטשן, טאָ דאַן קען מען שרײַבן: „פֿאַרפֿאַלן‟. אין בעסטן פֿאַל װעט דאָס קינד אױף דער עלטער זײַן אָפּהענגיק פֿונעם גוטן רצון פֿון אַ פּאָר אױסגעװײקטע און פֿאַרסאַפּעטע סאָציאַל־אַרבעטער, פֿאַר װעלכע דער נעבעכדיקער זקן װעט קײן מאָל ניט װערן קײן אײגענער.

יענע צײַטן, װען די מחלוקתן אין דער ייִדיש־װעלט זײַנען פֿאָרגעקומען צװישן די ייִדיש־שפּראַכיקע טוערס, זײַנען געבליבן אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, און מיר, דער ערשטער נאָכמלחמהדיקער דור, זײַנען, צום באַדױערן, דער לעצטער דור װעלטלעכע ייִדן, װעלכער איז דערצױגן געװאָרן אין ייִדיש און אױף ייִדיש. דאָס הײסט, אַז זײער אַ קלײנער טײל פֿון אונדזערע קינדער און אײניקלעך װעלן אינטעגרירט װערן אין דער ייִדיש־װעלט, װוּ ייִדיש איז דערװײַל געבליבן די מוטערשפּראַך.

און אַזױ װי דער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור װערט ניט קלענער, דאַרף מען זײַן גרײט, אַז אַלץ מער גוטע ייִדן און ניט־ייִדן, פֿאַר װעלכע ס׳איז װיכטיק די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור, אָבער זײ אַלײן זײַנען קנאַפּע קענער פֿון ייִדיש, װעלן אין גיכן אָנפֿירן מיט די ייִדיש־אַנשטאַלטן סײַ אין אײראָפּע, סײַ אין אַמעריקע, און אַװדאי אין מדינת־ישׂראל.

די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ (אין מדינת־ישׂראל) איז געגרינדעט געוואָרן אין 1996 לויטן באַשלוס פֿון דער כּנסת, וועלכע האָט דעמאָלט אָנגענומען דאָס געזעץ וועגן דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟. איך בין געװען אױף יענער אױסגעקרענקטער זיצונג אין דער כּנסת, און איך געדענק װיפֿל האָפֿענונג און שעפֿערישע כּוחות האָט צוגעגעבן יענץ געזעץ דער ייִדיש־ייִדישער אינטעליגענץ אין מדינת־ישׂראל.

די אײפֿאָריע איז געװען גרױס, אָבער דער רעזולטאַט פֿון דער אַקטיװער טעטיקײט פֿון דער ערשטער „ייִדישער אינסטאַנץ‟ האָט אויסגעזען לויטן ווערטל: „געװאָלט װאָס בעסער, אָבער עס איז אױסגעקומען װי שטענדיק‟; ס’הײסט, מע האָט חרובֿ געמאַכט אַלץ, װאָס עס לאָזט זיך נאָר חרובֿ מאַכן, און דערצו נאָך האָט מען איבערגעלאָזט אַ מנה־יפֿה חובֿות, װעלכע האָבן פּאַראַליזירט די טעטיקײט פֿון דער „אינסטאַנץ‟ אױף אַ לענגערער צײַט.

װי אַזױ מע זאָל ניט דרײען, נאָר די ייִדישע קולטור לעבט איבער אַן איבערגאַנג־תּקופֿה, אין װעלכער מע דאַרף קלאָר פֿאַרשטײן, אַז כּדי צו ראַטעװען די רעשטלעך פֿון דעם, װאָס איז נאָך געבליבן, דאַרף מען איבערגעבן די לײצעס פֿון דער אַדמיניסטראַטיװער אָנפֿירשאַפֿט צו יענע מענטשן, װעלכע װײסן און קענען אָנפֿירן מיט די געשעפֿטן אין דער ייִדיש־װעלט; און דאָס צװײטע — אָפּשטעלן און אַ סוף מאַכן מיט די מאַראַזמאַטישע ייִדישע מלחמות. אַ גוטער אַדמיניסטראַטאָר װעט שױן װיסן צו װעמען זיך װענדן, כּדי אָפּצוהיטן די ייִדישע קולטור אױף אַ פּאַסיקן ניװאָ. און אױב עפּעס אַן עם־ארץ, װעלכער שרײַט, אַז ער קען ייִדיש און באַקלעפּט דאָס גאַנצע לאַנד מיט פּלאַקאַטן, װעלכע רופֿן דעם עולם צו באַקענען זיך מיט „אַ שײנע מײדעלע‟, איז עס דאָך ניט קײן טראַגעדיע, װײַל אױך אױף לשון־קודש קען מען אַ מאָל זאָגן: „ילדה גדול‟, װאָס אױף לײַטיש ייִדיש מײנט עס „אַ גרױסער יאָלד‟.

לױט מײַן מײנונג, איז אײנע פֿון די גרעסטע אױפֿטוען פֿון דער באַנײַטער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ‟ פֿאַרן לעצטן יאָר געווען דאָס שאַפֿן אַן אָפֿיציעל װעבזײַטל — //yiddish-rashutleumit.co.il

װי איך האָב פֿאַרשטאַנען פֿון מײַן שמועס מיט שׂרה זיוו און יהודית סולל, הײבן זײ איצט אָן דעם געראַנגל פֿאַר אַרײַנטראָגן אַ ביסל ייִדיש און ייִדישקײט אין די לערן־פּראָגראַמען פֿון די מלוכישע שולן. הלװאַי… װײַל װוּ האָט איר שױן געזען אַ ליטעראַטור אָן לײענער און אַ טעאַטער אָן צושױער?

פֿון די געלונגענע בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן, װעלכע זײַנען מקײם געװאָרן די לעצטע צײַט, דאַרף מען דערמאָנען דעם דאָקומענטאַרן פֿילם „די מוזעס פֿון באַשעװיס־זינגער‟, װעלכן ס׳האָט פּראָדוצירט „אַנטענאַ הופֿקות‟ מיט דער הילף פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ‟. דער פֿילם װערט פּרעזענטירט אױף פֿאַרשידענע פֿעסטיװאַלן איבער גאָר דער װעלט.

נער הייתי גם זקנתי, אַ קינד בין איך געװען און אָט, כ’בין אַלט געװאָרן. מײַן באָבע רחל, ע”ה, פֿלעגט זיך אױסדריקן אַ ביסל אַנדערש, און דװקא אױף אוקראַיִניש: „סטאַריי יאַק מאַליי‟ — אַ זקן איז געגליכן צו אַ פּיצל קינד. און די קלײנע קינדער, װי איר װײסט, האָבן ליב צו טרױמען. איז לאָמיר האָפֿן, אַז די באַנײַטע „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ‟ װעט העלפֿן די ייִדישע קולטור־טוער אין ישׂראל אַרײַנצוטרעטן, כאָטש מיט אײן פֿוס, אין דער צוקונפֿט. אַבי אױף אַ גוטן אופֿן…