די חסידים קומען קיין נאָרמאַן ראָקוועלס לאַנד

Hasidim Come to Norman Rockwell Country

אַ חסידישע משפּחה פֿאַרברענגט אין דזשימיני־פּיק
Uriel Heilman
אַ חסידישע משפּחה פֿאַרברענגט אין דזשימיני־פּיק

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published August 23, 2015, issue of September 18, 2015.

די אויגוסט־טעג אין די בערקשירס, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, זענען אויסערגעוויינטלעך שיין, מיט פֿאַרשיידן־קאָליריקע בלומען, זיסער קוקורוזע לענג־אויס דעם וועג, קילע אָזערעס און דאָרפֿישע לאַנדשאַפֿטן פֿונעם נײַעם ענגלאַנד. דער ראַיאָן איז באַקאַנט ווי „נאָרמאַן ראָקוועלס לאַנד‟. דער דאָזיקער אַמעריקאַנער מאָלער האָט דאָרטן געוווינט און געשאַפֿן אַ סך באַקאַנטע פּייזאַזשן פֿון דער געגנט.

לעצטנס, האָט זיך אין דער געגנט באַוויזן אַ נײַער חידושדיקער טייל פֿונעם אָרטיקן זומער־פּייזאַש: די חרדישע און חסידישע פֿרומע ייִדן. ס׳רובֿ פֿון זיי פֿאַרזאַמלען זיך אין איין אָרט: דזשימיני־פּיק, אַ סקי־קוראָרט בײַ דער גרענעץ צווישן מאַסאַטשוסעטס און ניו־יאָרק. אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אַזעלכע פּלעצער, וועט דער קוראָרט יעדן זומער פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַרווײַלונג־פּאַרק, וווּ די באַזוכער קלעטערן אויף די פֿעלדזן, פֿאָרן אַרום אויף וועלאָסיפּעדן, גליטשן אַראָפּ אויף די מעטאַלענע טראָסן און פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַשיידענע מינים ספּאָרט. דזשימיני־פּיק האָט אָבער אַ צאָל אַנדערע אוניקאַלע מעלות. במשך פֿון דרײַ וואָכן אין אויגוסט, איז דאָרט אָפֿן אַ כּשרע קאַפֿעטעריע, געשאַפֿט דורך דער ליובאַוויטשער קהילה פֿון די בערקשירס, ווי אויך אַ שיל, וווּ מע דאַוונט געהעריק אַלע תּפֿילות מיט אַ מנין. ס׳איז פֿאַראַן אַפֿילו אַ באַסיין מיט באַזונדערע צײַטן פֿאַר מענער און פֿרויען.

הרבֿ לוי וואָלאָוויק, וועלכער פֿירט אָן מיטן בית־חב״ד אינעם בערקשירס־ראַיאָן, וועלכער געפֿינט זיך אין פּיטספֿילד, 20 מינוט צו פֿאָרן ביזן קוראָרט, האָט באַמערקט, אַז ער טוט אַ טובֿה פֿאַר דער זומער־קהילה, לאַוו־דווקא צוליב קאָמערציעלע צוועקן. ווען די ייִדישע טוריסטן האָבן אָנגעהויבן זיך באַווײַזן אינעם ראַיאָן, האָבן זיי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט זײַן שיל. מיט דער צײַט, ווען דער פּאַרק האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ייִדישן קוראָקט מיט אַ גרויסן עולם, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דזשימיני־פּיק געבעטן צו אָרגאַניזירן דאָרטן דאָס פֿרומע ייִדישע לעבן.

צום דריטן מאָל, האָט חב״ד געעפֿנט די כּשרע קאַפֿעטעריע אין דזשימיני־פּיק, וווּ מע פֿאַרקויפֿן פּיצעס, פֿאַלאַפֿעל, אײַזקרעם און אַנדערע מאכלים. די מילכיקע פּראָדוקטן זענען פֿון „חלבֿ־ישׂראל‟. אינעם ווינקל פֿון דער קאַפֿעטעריע פֿונקציאָנירט אַ בית־מדרש, וווּ אין אָוונט גיט מען גמרא־שיעורים. ס׳רובֿ פֿרומע באַזוכער פֿונעם פּאַרק דינגען דירות מיט אייגענע קיכן אינעם האָטעל, וואָס שטייט אונטערן באַרג־שפּיץ.

חיה קליין פֿון לייקוווּד, די שטאָט אין ניו־דזשערזי, וווּ עס וווינען אַ סך פֿרומע ייִדן פֿונעם ליטווישן „ישיבֿישן‟ שניט, האָט נישט לאַנג צוריק באַזוכט דזשימיני־פּיק צוזאַמען מיט איר מאַן און פֿינף קינדער. זי האָט געזאָגט, אַז די שיינע שטילע געגנט איז איר געפֿעלן געוואָרן און די קינדער זענען געווען צופֿרידן.

ס׳איז נישט קלאָר, פֿאַרוואָס דווקא אַזאַ אָרט האָט פּלוצעם צוגעצויגן דעם פֿרומען עולם. געוויינטלעך, פֿאַרברענגען די חרדים זומער־וואַקאַציעס אין די קעטסקילן, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. דער בערקשירס־ראַיאָן איז אַמאָל געווען פּאָפּולער צווישן פֿאַרמעגלעכע וועלטלעכע ייִדן. אַזוי צי אַזוי, איז דזשימיני־פּיק לעצטנס געוואָרן ווי אַ פֿרום וואַקאַציע־אָרט.

קעטי פֿאָגעל, די מאַרקעטינג־דירעקטאָרין פֿונעם פּאַרק, האָט באַמערקט, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿונעם קוראָרט האָט אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיט חב״ד, ווען מע האָט באַמערקט, אַז דער חרדישער עולם האַלט אין איין וואַקסן און פֿאָדערט אַן ערנסטע געשעפֿט־פּראָגראַם. דער עולם קומט, על־פּי־רובֿ, פֿון לייקוווּד און מאָנסי. די פֿרומע טוריסטן אָרגאַניזירן אויך אייגענע אויטאָבוס־עקסקורסיעס אויף די בערג. אַ טייל באַזוכער פֿאַרברענגען אינעם קוראָרט בלויז איין נאַכט, מיטברענגענדיק דאָס אייגענע כּשרע עסן. די אַנדערע כּשרן די קיכן אינעם האָטעל און בלײַבן במשך פֿון עטלעכע וואָכן.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז צוליב דעם אָנקום פֿון די פֿרומע טוריסטן איז די געגנט געוואָרן אַן אָרט, וווּ מע הערט כּסדר נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער, אַרײַנגערעכנט גאַנצע גרופּעס קליינע קינדער. הײַיאָר האָט דער ייִדיש־רעדנדיקער עולם זיך באַוויזן נאָך תּישעה־באָבֿ, סוף יולי. די ליובאַוויטשער כּשרע קאַפֿעטעריע וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 26סטן אויגוסט.