נײַער דיגיטאַלער אַרכיוו פֿון מינהגים

New Digital Archive of Jewish Customs

ש. אַנ־סקי (לינקס) אינטערוויויִרט צוויי עלטערע ייִדן אינעם תּחום־המושבֿ, אין 1912
Wiki Commons
ש. אַנ־סקי (לינקס) אינטערוויויִרט צוויי עלטערע ייִדן אינעם תּחום־המושבֿ, אין 1912

פֿון נח באַרעראַ

Published August 26, 2015, issue of September 18, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פּראָפֿ׳ דויטש און איך זענען נישט די איינציקע, וואָס אַרבעטן אויף דעם פּראָיעקט, נאָר עס זײַנען דאָ נאָך צוויי פֿעיִקע מיטגלידער פֿון אונדזער מאַנשאַפֿט. איינער פֿון זיי גיט אונדז עצות, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַ וועבזײַט, וואָס זאָל צוציִען פֿאַרשיידן־מיניקע מענטשן, יונג און אַלט, פֿרום און פֿרײַ; דערפֿאַר האַלטן מיר אין זינען פּאָפּולערע און געראָטענע וועבזײַטן, ווי „פֿייסבוך‟, ווען מיר שאַפֿן דעם אויסזען פֿון אונדזער וועבזײַט.

דער צווייטער מיטגליד פֿון אונדזער מאַנשאַפֿט איז אַ מומחה פֿון קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט; דער דאָזיקער מענטש שרײַבט דעם קאָד פֿון דער וועבזײַט מיטן ציל, אַז די וועבזײַט זאָל נישט אויסזען אַלטמאָדיש. נישט געקוקט אויף דעם וואָס אַנ־סקיס פֿראַגעס זײַנען איבער הונדערט יאָר אַלט, מיינען מיר, אַז זיי זענען נאָך שייך הײַנט אויך. פּראָפֿ׳ דויטש און איך האָבן אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן דער ייִדישער פֿאָלקס־מעדיצין, אין וועלכן מיר האָבן דערמאָנט תּרופֿות, סגולות און קמיעות, וואָס זענען נאָך פֿאַראַן אין די חסידישע קהילות. דאָך, זעט מען אין די רעקלאַמעס אין די חסידישע צײַטונגען פֿון הײַנטיקע אָפּשפּרעכערקעס, וואָס באַניצן זיך מיט די זעלבע מעטאָדן, ענלעך צו די אָפּשפּרעכערקעס, וואָס האָבן געוווינט אין דעם תּחום־המושבֿ.

ווי פֿריִער דערמאָנט, איז פֿאַראַן נאָך אַ רפֿואה אין דער חסידישער וועלט, וואָס מע רופֿט „בלײַגיסן“, דאָס הייסט, אַז אַן אָפּשפּרעכערקע וואַרעמט אָן בלײַ אין אַ סקאָווראָדע, כּדי צו דערקענען פֿון די בלעזלעך וויפֿל און וואָס פֿאַר אַ בייז־אויג עס שאַט אַ מענטשן. די חסידים זענען באמת אַן אוצר; ס׳איז אָבער נישט גרינג זיי איבערצוצײַגן זיך צו באַטייליקן אין דעם פּראָיעקט. לכתּחילה האָט פּראָפֿ׳ דויטש געפּרוּווט איבערצײַגן די חסידים צו ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס, ווען ער איז געקומען צו גאַסט אין חסידישע קהילות, אָבער ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז זײַן כּוונה איז אַ וועלטלעכע, האָבן זיי אים אויסגעמיטן. ווײַל די הײַנטיקע חסידים זענען די דירעקטע יורשים פֿון די אַמאָליקע חסידים, וואָס האָבן געלעבט אין דעם תּחום־המושבֿ, האַלטן מיר, אַז ס׳איז וויכטיק, זיי זאָלן ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס פֿון דער אַנקעטע. אין דעם זין זענען זיי דער עיקר.

כאָטש די חסידים קענען ענטפֿערן אויף אַזעלכע פֿראַגעס (און מיר האָפֿן, אַז זיי וועלן), קענען די ניט־חסידישע מענטשן (ייִדן צי נישט) אונדז אַרויסהעלפֿן צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע מינהגים פֿון מעשׂיות, וואָס זיי האָבן געהערט פֿון זייערע משפּחות. אַזעלכע מעשׂיות געפֿינען זיך אויך אין די יזכּור־ביכער, וואָס דערמאָנען די שטעטלעך און די פּערזענלעכקײטן פֿון דעם תּחום־המושבֿ, מיט מעשׂיות פֿון זייערע יורשים. מיר גיבן אָפּ אַן אָפּטייל פֿון אונדזער אַרטיקל צו יזכּור־ביכער, ווײַל זיי האָבן אַ זעלטענע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פֿאָלקס־מעדיצין. מיר האָפֿן דערפֿאַר, אַז אַזאַ וועבזײַט וועט זײַן אַ גוטער אופֿן צו דערמעגלעכן מענטשן איבערצוגעבן אַזעלכע רײַכע ידיעות.

די אַרבעט איז איצט אין פֿולן ברען, אָבער מיר זענען נישט זיכער, ווען פּינקטלעך מיר וועלן זי ענדיקן; ס׳איז באמת אַ גרויסער פּראָיעקט מיט אַ סך אַספּעקטן און עס איז נאָך דאָ אַ סך וואָס צו טאָן. נאָך דעם ווי מיר ענדיקן דעם פּראָיעקט, האָבן מיר בדעה צו אַנאַליזירן די אינפֿאָרמאַציע אין אונדזער פֿאָרשונג. מיר האָפֿן, אַז די וועבזײַט וועט זײַן אַ וויכטיקער, דיגיטאַלער אַרכיוו, וואָס אַנדערע קענען באַניצן אין זייער אייגענער פֿאָרשונג.