נײַער דיגיטאַלער אַרכיוו פֿון מינהגים

New Digital Archive of Jewish Customs

ש. אַנ־סקי (לינקס) אינטערוויויִרט צוויי עלטערע ייִדן אינעם תּחום־המושבֿ, אין 1912
Wiki Commons
ש. אַנ־סקי (לינקס) אינטערוויויִרט צוויי עלטערע ייִדן אינעם תּחום־המושבֿ, אין 1912

פֿון נח באַרעראַ

Published August 26, 2015, issue of September 18, 2015.

זינט דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט אַרבעט איך אויף אַן אַקאַדעמישן פּראָיעקט, אָנגעפֿירט פֿון פּראָפֿ׳ נתנאל דויטש, אַרויפֿצושטעלן אַלע פֿראַגעס פֿון ש. אַנ־סקיס אַנקעטע אויף דער וועבזײַט. דער הויפּטציל פֿון דעם פּראָיעקט איז צו דערמעגלעכן אַלע מענטשן, פֿון פֿאָרשערס ביז ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, צו ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס אין דער אַנקעטע. פֿון אַ היסטאָרישן שטאַנדפּונקט איז דער פּראָיעקט באַדײַטנדיק, ווײַל אַנ־סקי האָט קיין מאָל נישט באַקומען קיין ענטפֿערס אויף זײַן אַנקעטע, ווײַל אינעם זעלבן יאָר איז אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה.

כאָטש קיינער האָט נישט געענטפֿערט אויף דער אַנקעטע, איז זי פֿונדעסטוועגן, פֿול מיט רײַכע פּרטים וועגן ייִדישע מינהגים, ווײַל אַנ־סקי האָט צוגעגרייט זייער ספּעציפֿישע פֿראַגעס (ווי דאָס גלויבן אין אַ בייז־אויג, און פֿאָלקס-רפֿואות, ווי בלײַגיסן). נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז די פֿראַגעס זענען בפֿירוש געשטעלט געוואָרן, זענען מיר זייער פֿאַראינטערעסירט אין די ענטפֿערס. דהײַנו: מיר ווילן וויסן צוויי זאַכן — אי ווי מע וואָלט געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס אין אַנ־סקיס תּקופֿה דורך די מעשׂיות און זכרונות, וואָס מע קען הײַנט צו טאָג איבערגעבן (בפֿרט בײַ די חסידים), אי די מאָדערנע ענטפֿטערס, וואָס מענטשן וועלן געבן אַ הונדערט יאָר שפּעטער, אין 21סטן יאָרהונדערט.

אונדזער פּראָיעקט, וואָס מע רופֿט „דער דיגיטאַלער אַרכיוו פֿון מינהגים‟, שעפּט אינספּיראַציע פֿון פּראָפֿ׳ דויטשס פֿאָרשונג וועגן ש. אַנ־סקיס עקספּעדיציע אין די שטעטלעך פֿון דעם תּחום־המושבֿ. אין זײַן בוך, „דער פֿינצטערער קאָנטינענט: דאָס לעבן און דער טויט אין דעם רוסישן תּחום־המושבֿ“, האָט ער סײַ אויסגעפֿאָרשט די עקספּעדיציע פֿון אַ היסטאָרישן קוקווינקל, סײַ איבערגעזעצט די גאַנצע אַנקעטע (מיט איבער 2,000 פֿראַגעס וועגן די מינהגים פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע) פֿון ייִדיש אויף ענגליש.

די פֿראַגעס וועלן דעריבער זײַן צוטריטלעך אויף ייִדיש און אויף ענגליש, כּדי צו דערמוטיקן מענטשן (ווי צום בײַשפּיל, חסידים) צו ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס אין ייִדיש. איז מײַן ראָלע צו שאַפֿן אַ ייִדיש־נוסח פֿון דער וועבזײַט. צו דעם ציל, שרײַב איך אַלע אָפּטיילן און אינפֿאָרמאַציע אויף ייִדיש, ווײַל מיר ווילן אונטערשטרײַכן, אַז דער פּראָיעקט איז איבערהויפּט אַ ייִדיש־פּראָיעקט ווי ער איז געווען פֿאַר אַנ־סקי. צווישן די וויכטיקסטע מעלות פֿון שאַפֿן אַ ייִדיש־נוסח פֿון דער וועבזײַט, לויט אונדזער מיינונג, איז צוציִען די חסידים צו ענטפֿערן אויף דער אַנקעטע. במשך פֿון דער עקספּעדיציע האָבן אַנ־סקי און זײַנע מיטאַרבעטער אויך געהאַט ענלעכע פּראָבלעמען מיט געוויסע ייִדן (ווי אָפּשפּרעכערקעס), וואָס זיי האָבן נישט געוואָלט איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן זיך און זייער פֿאַך צו וועלטלעכע און פֿרעמדע ייִדן.

צוליב דעם האָבן אַנ־סקי און די אַנדערע געדאַרפֿט זיך אַרויסגעבן פֿאַר חולים, כּדי צו פֿאַרשרײַבן „הינטער די אויגן‟ די מעטאָדן פֿון די אָפּשפּרעכערקעס. זיי האָבן זיך אויך געדאַרפֿט פֿאַרשטעלן פֿאַר פֿרומע ייִדן, כּדי זייערע אינפֿאָרמאַנטן זאָלן זיך פֿילן באַקוועמער בשעתן רעדן צו זיי.

אַנ־סקי, וואָס איז געווען זייער געטרײַ זײַן עטנאָגראַפֿישן ציל, האָט אַליין מצליח געווען צוצוציִען מענטשן, וואָס האָבן אים באַשריבן ווי אַ מין חסידישער רבי, בפֿרט לויט זײַן אויסזען, און ער האָט אַפֿילו בכּיוון אָנגענומען אַזאַ ראָלע. אַזוי ווי אַנ־סקי, באַטראַכטן מיר אונדזער באַשלוס צו מאַכן אַ ייִדיש־נוסח ווי אַ וויכטיקע סטראַטעגיע צוצוציִען חסידים. מיר האָפֿן צו מעלדן וועגן דעם פּראָיעקט דורך ייִדישע צײַטונגען ווי אין דעם ייִדישן טאָג־טעגלעכן „פֿאָרווערטס‟ (וואָס חסידים לייענען בסוד) און אַפֿילו חסידישע צײַטונגען ווי די סאַטמערער צײַטונג „דער איד“. מיר באַטראַכטן אויך אַנדערע אופֿנים מעלדן (ווי למשל, דורך „פֿייסבוך‟ און „טוויטער‟) ווי זייער וויכטיק.

פּראָפֿ׳ דויטש און איך זענען נישט די איינציקע, וואָס אַרבעטן אויף דעם פּראָיעקט, נאָר עס זײַנען דאָ נאָך צוויי פֿעיִקע מיטגלידער פֿון אונדזער מאַנשאַפֿט. איינער פֿון זיי גיט אונדז עצות, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַ וועבזײַט, וואָס זאָל צוציִען פֿאַרשיידן־מיניקע מענטשן, יונג און אַלט, פֿרום און פֿרײַ; דערפֿאַר האַלטן מיר אין זינען פּאָפּולערע און געראָטענע וועבזײַטן, ווי „פֿייסבוך‟, ווען מיר שאַפֿן דעם אויסזען פֿון אונדזער וועבזײַט.

דער צווייטער מיטגליד פֿון אונדזער מאַנשאַפֿט איז אַ מומחה פֿון קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט; דער דאָזיקער מענטש שרײַבט דעם קאָד פֿון דער וועבזײַט מיטן ציל, אַז די וועבזײַט זאָל נישט אויסזען אַלטמאָדיש. נישט געקוקט אויף דעם וואָס אַנ־סקיס פֿראַגעס זײַנען איבער הונדערט יאָר אַלט, מיינען מיר, אַז זיי זענען נאָך שייך הײַנט אויך. פּראָפֿ׳ דויטש און איך האָבן אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן דער ייִדישער פֿאָלקס־מעדיצין, אין וועלכן מיר האָבן דערמאָנט תּרופֿות, סגולות און קמיעות, וואָס זענען נאָך פֿאַראַן אין די חסידישע קהילות. דאָך, זעט מען אין די רעקלאַמעס אין די חסידישע צײַטונגען פֿון הײַנטיקע אָפּשפּרעכערקעס, וואָס באַניצן זיך מיט די זעלבע מעטאָדן, ענלעך צו די אָפּשפּרעכערקעס, וואָס האָבן געוווינט אין דעם תּחום־המושבֿ.

ווי פֿריִער דערמאָנט, איז פֿאַראַן נאָך אַ רפֿואה אין דער חסידישער וועלט, וואָס מע רופֿט „בלײַגיסן“, דאָס הייסט, אַז אַן אָפּשפּרעכערקע וואַרעמט אָן בלײַ אין אַ סקאָווראָדע, כּדי צו דערקענען פֿון די בלעזלעך וויפֿל און וואָס פֿאַר אַ בייז־אויג עס שאַט אַ מענטשן. די חסידים זענען באמת אַן אוצר; ס׳איז אָבער נישט גרינג זיי איבערצוצײַגן זיך צו באַטייליקן אין דעם פּראָיעקט. לכתּחילה האָט פּראָפֿ׳ דויטש געפּרוּווט איבערצײַגן די חסידים צו ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס, ווען ער איז געקומען צו גאַסט אין חסידישע קהילות, אָבער ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז זײַן כּוונה איז אַ וועלטלעכע, האָבן זיי אים אויסגעמיטן. ווײַל די הײַנטיקע חסידים זענען די דירעקטע יורשים פֿון די אַמאָליקע חסידים, וואָס האָבן געלעבט אין דעם תּחום־המושבֿ, האַלטן מיר, אַז ס׳איז וויכטיק, זיי זאָלן ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס פֿון דער אַנקעטע. אין דעם זין זענען זיי דער עיקר.

כאָטש די חסידים קענען ענטפֿערן אויף אַזעלכע פֿראַגעס (און מיר האָפֿן, אַז זיי וועלן), קענען די ניט־חסידישע מענטשן (ייִדן צי נישט) אונדז אַרויסהעלפֿן צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע מינהגים פֿון מעשׂיות, וואָס זיי האָבן געהערט פֿון זייערע משפּחות. אַזעלכע מעשׂיות געפֿינען זיך אויך אין די יזכּור־ביכער, וואָס דערמאָנען די שטעטלעך און די פּערזענלעכקײטן פֿון דעם תּחום־המושבֿ, מיט מעשׂיות פֿון זייערע יורשים. מיר גיבן אָפּ אַן אָפּטייל פֿון אונדזער אַרטיקל צו יזכּור־ביכער, ווײַל זיי האָבן אַ זעלטענע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פֿאָלקס־מעדיצין. מיר האָפֿן דערפֿאַר, אַז אַזאַ וועבזײַט וועט זײַן אַ גוטער אופֿן צו דערמעגלעכן מענטשן איבערצוגעבן אַזעלכע רײַכע ידיעות.

די אַרבעט איז איצט אין פֿולן ברען, אָבער מיר זענען נישט זיכער, ווען פּינקטלעך מיר וועלן זי ענדיקן; ס׳איז באמת אַ גרויסער פּראָיעקט מיט אַ סך אַספּעקטן און עס איז נאָך דאָ אַ סך וואָס צו טאָן. נאָך דעם ווי מיר ענדיקן דעם פּראָיעקט, האָבן מיר בדעה צו אַנאַליזירן די אינפֿאָרמאַציע אין אונדזער פֿאָרשונג. מיר האָפֿן, אַז די וועבזײַט וועט זײַן אַ וויכטיקער, דיגיטאַלער אַרכיוו, וואָס אַנדערע קענען באַניצן אין זייער אייגענער פֿאָרשונג.