רוסישע צײַטונג אַנטפּלעקט דעם סוד

Russian Newspaper Reveals a Secret

פּראָ־רוסישע קעמפֿער, דעם 12טן יולי, 2015, אין לוגאַנסק, אוקראַיִנע
Getty Images
פּראָ־רוסישע קעמפֿער, דעם 12טן יולי, 2015, אין לוגאַנסק, אוקראַיִנע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 27, 2015, issue of September 18, 2015.

נאָך מיט צוואַנציק יאָר צוריק איז אין רוסלאַנד געווען אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס דערלויבט ניט צו אַנטפּלעקן די מענטשלעכע פֿאַרלוסטן אין דער מלחמה־צײַט.

מיט דרײַ חדשים צוריק האָט דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין אונטערגעשריבן אַ נײַ געזעץ, וואָס האָט אַזעלכע אַנטפּלעקונגען געמאַכט אומלעגאַל אויך אין דער צײַט, ווען די מלוכה פֿירט ניט קיין מלחמה. ס’איז קלאָר (כאָטש אָפֿיציעל לייקנט מען עס), אַז דאָס האָט צו טאָן מיטן קאָנפֿליקט אין אוקראַיִנע, אין וועלכן רוסלאַנד איז כּלומרשט דירעקט ניט פֿאַרמישט.

דאָס איז אַן אַלטע טבֿע, נאָך פֿון די סאָוועטישע צײַטן, צו פֿירן מלחמהלעך בשתּיקה. וויפֿל מאָל איז עס שוין געווען, ווען די רוסישע מיליטער־לײַט האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין קאָנפֿליקטן אין פֿאַרשיידענע לענדער, אָבער אָפֿיציעל זײַנען זיי דאָרטן ניט געווען. ס’איז באַוווּסט, אַ שטייגער, אַז אַרום פֿערציק סאָוועטישע מיליטער־לײַט זײַנען אומגעקומען, ווען זיי זײַנען כּלומרשט ניט געווען אין עגיפּטן, געשיקט אַהין אין די 1960ער און 1970ער יאָרן צו העלפֿן אויפֿצובויען אַן אַנטי־ישׁראלדיקן כּוח אין דער היגער אַרמיי. (די רשימה פֿון די אומגעקומענע קען מען זען אין militera.lib.ru/h/20c2/17.html.) און אַזוינס איז געשען, אָבער לויט די אָפֿיציעלע ידיעות איז עס ניט געשען — אַ סך מאָל און אין אַ סך ערטער.

קיין איין וואָרט האָט מען ניט געהערט וועגן די אומגעקומענע סאָוועטישע זעלנער און אָפֿיצירן בעת דער מיליטערישער קאַמפּאַניע אין אַפֿגאַניסטאַן, כאָטש די צאָל איז געווען אַ ממשותדיקע — אַריבער 15 טויזנט דערהרגעטע און אַריבער 50 טויזנט פֿאַרוווּנדיקטע. די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם האָט אָנגעהויבן זיך באַווײַזן נאָר אין 1989, צום סוף פֿון אָט דער פֿאַרנעמיקער מיליטערישער אָפּעראַציע, וואָס איז אָנגעגאַנגען אין משך פֿון אַ גאַנצן יאָרצענדליק.

ליגנערײַ איז געוואָרן אַן אָרגאַנישער טייל פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. ליגנערײַ איז אויך אַ סימן־מובֿהק פֿון דעם איצטיקן רעזשים אין רוסלאַנד. און דער פֿאַרנעם פֿון ליגנערײַ און צבֿיעות האַלט אין איין וואַקסן. מעגלעך, אַז עס קומט אַזוי פֿאָר צוליב דעם, וואָס די אומאָפּהענגיקע מעדיאַ איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן כּמעט אין גאַנצן דערדריקט געוואָרן. די טעלעוויזיע, וואָס געפֿינט זיך אונטער דער השגחה פֿון דער רעגירונג, בלײַבט דער הויפּט־קאַנאַל, דורך וועלכן עס ווערט פֿאַרשפּרייט די אינפֿאָרמאַציע; און דער רוסישער עולם איז שוין צוגעוווינט עס אויפֿנעמען פֿאַר אַן אמתער אָפּשפּיגלונג פֿון געשעענישן אין לאַנד און אויסלאַנד. אָבער אַפֿילו אין דעם כּמעט פֿולן מאָנאָפּאָל, וואָס די רעגירונג האָט אין דער מעדיאַ, בלײַבן פֿאָרט געוויסע שפּאַרונעס. איינע פֿון זיי פֿאַרקלעפּט דאָס געזעץ, וואָס פֿאַרוואַנדלט אין אַ מלוכישן סוד די צאָל רוסישע בירגער, וועלכע זײַנען אומגעקומען אין די טעג פֿון „שלום‟.

אויב מע רעדט שוין וועגן די סימנים־מובֿהקים פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים און זײַן הײַנטיקן המשך, מוז מען דערמאָנען נאָך איין אייגנאַרטיקייט, דהײַנו: גאַנץ אָפֿט ווערט אַ סוד סײַ־ווי אַנטפּלעקט, בדרך־כּלל צוליב אַ נאַרישקייט, אָדער ווען די רעכטע האַנט ווייסט ניט, וואָס די לינקע האַנט טוט, אָדער האָט בדעה צו טאָן. אַ דוגמא קען איך ברענגען פֿון אונדזערע ייִדישע זאַכן. געהאַלטן האָט מען, למשל, פֿאַר אַ סוד דעם טיראַזש פֿון דעם אַמאָליקן מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. פֿאַר וואָס? מע האָט זיך געשעמט אים אָנצוּווײַזן. ערשטנס, איז ער פֿון יאָר צו יאָר געפֿאַלן. צווייטנס, אין די „גוטע יאָרן‟, דאָס הייסט, אין די 1960ער, האָט דער זשורנאַל געהאַט עטלעכע טויזנט אַבאָנענטן אין אויסלאַנד; קודם־כּל, אין ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע. מיט אַנדערע ווערטער, איז צו גרויס געווען דער חלק פֿון אויסלענדישע לייענער. ווי מע זאָגט, די כּלה איז געווען צו שיין.

איך דערצייל עס אַלץ אַקעגן דעם, וואָס דער דאָזיקער „שרעקלעכער סוד‟ האָט זיך ניט באַקומען אײַנצוהאַלטן, ווײַל אַן אַנדער סאָוועטישע אינסטאַנץ פֿלעגט יעדעס יאָר אָפּדרוקן די סטאַטיסטיק פֿון צײַטונגען און זשורנאַלן, אַרויסגעגעבן אין לאַנד. דאָרטן האָט מען געקענט זען בפֿרהסיא, וויפֿל קאָפּיעס „סאָוועטיש היימלאַנד‟, ווי אויך „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, זײַנען געדרוקט געוואָרן.

עפּעס אַזוינס איז געשען איצט מיטן סוד וועגן דער צאָל רוסישע בירגער, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין די מיליטערישע אָפּעראַציעס אין אוקראַיִנע. די רוסישע צײַטונג „דעלאָוואַיאַ זשיזן‟ („דאָס געשעפֿטלעכע לעבן‟) האָט דערציילט, אַז אין דעם מיליטערישן בודזשעט פֿון רוסלאַנד האָט זיך באַוויזן אַ באַזונדערע סומע געלט, וואָס מע האָט געהאַט אויסגעצאָלט די משפּחות פֿון אומגעקומענע אין אוקראַיִנע, ווי אויך די וואָס זײַנען דאָרט ערנסט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. ווייסן מיר איצט, אַז ביז דעם 1טן פֿעברואַר איז די צאָל רוסישע מיליטער־לײַט, וואָס איז אומגעקומען, געווען 2 טויזנט נפֿשות, און די צאָל אינוואַלידן — 3,200.