די נבֿיאישע קונסט

Prophetic Art

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 28, 2015, issue of September 18, 2015.

פֿראַנטישער קופּקאַס „נבֿיאישע‟ וויזיעס פֿונעם קאָסמאָס
פֿראַנטישער קופּקאַס „נבֿיאישע‟ וויזיעס פֿונעם קאָסמאָס

אין מײַן פֿאָריקן אַרטיקל, האָב איך באַטראַכט די טעמע פֿון משיחישע שטימונגען. משיחיזם איז, אַדוואי, טיף פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון נבֿואה.

אין דער פּראָגער נאַציאָנאַלער קונסט־גאַלעריע ווערט איצט דורכגעפֿירט די אויסשטעלונג „קינסטלער און נבֿיאים‟, וועלכע וועט בלײַבן אָפֿן ביזן פֿערטן אָקטאָבער. אין די 1970ער יאָרן איז אין דײַטשלאַנד אויפֿגעקומען אַ חידושדיקע באַוועגונג פֿון מאָלער, וועלכע האָבן זיך באַטראַכט ווי נבֿיאישע רעוואָלוציאָנערן און האָבן געהאָפֿט מיט זייערע קינסטלערישע וויזיעס צו העלפֿן דער מענטשהייט גובֿר צו זײַן דעם עקאָנאָמישן און סאָציאַלן אומיושר.

די באַוועגונג האָט געהאַט אַ בפֿירוש משיחישן און אַנאַרכיסטישן טעם. למשל, דער באַקאַנטער קינסטלער־דאַדאַיִסט יאָהאַנעס באַאַדער האָט דורכגעפֿירט מיט אַ גרויסן סקאַנדאַל אין אַ בערלינער קאַטעדראַל אַן אויסשטעלונג מיטן טיטל „קריסטוס איז פֿאַר אײַך אַ שטיק וווּרשט‟, מאַכנדיק חוזק פֿון די גלחים, פּאָליטיקער און קליינבירגערישע בעלי־הבתּים. נאָך אַ קורצן אַרעסט, האָט באַאַדער דערקלערט, אַז ער איז אויפֿגעשטאַנען נאָך תחית־המתים און געוואָרן דער „אָבערדאַדאַ‟ — דער פּרעזידענט פֿונעם אוניווערס.

נישט געקוקט אויף דעם חוזק־סטיל, האָט באַאַדער זיך אַליין באַטראַכט ווי אַן אומגעוויינטלעכער קריסטלעכער פֿילאָסאָף, וועלכער האָט געפּרוּווט אויפֿצולעבן דעם אוראַלטן גײַסט פֿון די נבֿיאים דורך אַבסורדישע און משוגעתישע העוויות. אַ גאַנצע ריי אַנדערע דײַטשישע, עסטרײַכישע און טשעכישע קינסטלער האָבן אין דער זעלבער תּקופֿה אויך געשטרעבט איבערצוקערן די גאַנצע וועלט מיט זייערע „נבֿואות‟, אַרײַנגערעכנט עגאָן שילע, פֿרידענסרײַך הונדערוואַסער, פֿראַנטישעק קופּקאַ און יאָזעף בויס.

די הויפּט־פֿיגורן אין דער „נבֿיאישער‟ באַוועגונג זענען נישט געווען קיין ייִדן, און זייער באַציִונג צו ייִדישקייט איז נישט אַלעמאָל קלאָר. למשל, קופּקאַ האָט אויסגענוצט אין זײַנע ווערק באַקאַנטע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן. צי איז ער טאַקע געווען אַ שׂונא־ישׂראל אָדער חוזק געמאַכט איבער די אַנטיסעמיטן? די נאַציס האָבן קאָנפֿיסקירט אַ סך שיליס ווערק בײַ די ייִדישע זאַמלער און שטיצער פֿון זײַנע כּמו־פּאָרנאָגראַפֿישע ווערק. ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין, צי זײַן מאָלערײַ איז געווען טאַקע פּאָרנאָגראַפֿיע אָדער אַ פּראָטעסט קעגן דעם פֿאַרוואַנדלונען די פֿרויען אין סעקסועלע אָביעקטן?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.