דער שאַנכײַער ייִדישער קאַפֿע עפֿנט זיך פֿון ס׳נײַ

Jewish Cafe Reopens in Shanghai

דער נײַער בנין פֿונעם שאַנכײַער ייִדישן קאַפֿע „דאָס ווײַסע פֿערד‟
Courtesy of Shanghaiist.com
דער נײַער בנין פֿונעם שאַנכײַער ייִדישן קאַפֿע „דאָס ווײַסע פֿערד‟

פֿון ייִט״אַ

Published August 28, 2015, issue of September 18, 2015.

אין שאַנכײַ האָט זיך פֿון ס׳נײַ געעפֿנט אַ היסטאָרישער קאַפֿע, וווּ בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די ייִדישע פּליטים זיך כּסדר געטראָפֿן.

דער קאַפֿע „דאָס ווײַסע פֿערד‟ איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם יאָר 1939. מאָנטיק, דעם 26סטן אויגוסט, ווי עס גיבן איבער די אָרטיקע אינטערנעץ־קוואַלן, האָט דער איבערגעבויטער בנין ווידער געעפֿנט זײַנע טירן. דער 75־יאָריקער ראָן קלינגער, דאָס אייניקל פֿונעם אַָריגינעלן מיטגרינדער פֿונעם קאַפֿע, האָט דערציילט, אַז ער האָט פֿאַרבראַכט דאָרטן זײַנע קינדער־יאָרן. „דאָס ווײַסע פֿערד‟ האָט געדינט אויך ווי זייער אַ פּאָפּולערער באַר און נאַכט־קלוב. קלינגער האָט דערציילט, אַז אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע די וואָך האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ גרויסע צאָל ייִדן.

דער נײַער בנין האָט זיך געעפֿנט בערך אין 100 מעטער פֿונעם אַלטן אָרט. איצט געפֿינט זיך דער קאַפֿע לעבן דעם שאַנכײַער מוזיי פֿון ייִדישע פּליטים. די נײַעס־וועבזײַט „שאַנכײַ־ליסט‟ האָט צוגעגעבן, אַז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָפֿט צו רעגיסטרירט דעם היסטאָרישן קוואַרטאַל, וווּ בערך 20,000 ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט בעת דעם חורבן, אין דער מעמאָריאַלער רשימה פֿון „אונעסקאָ‟, דעם קולטור־אָפּטייל בײַ דער „יו־ען‟, ווי אַ היסטאָרישן דענקמאָל.