בײַ דער אַרבעט־פֿאַרמיטלונג

At the Employment Agency

Yehuda Blum

פֿון לייזער בורקאָ

Published August 30, 2015, issue of September 18, 2015.

ווען איך האָב ערשט ערנסט אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, האָב איך נישט געוווּסט, וווּ אָנצוהייבן מיט דער גערעדטער שפּראַך. פֿאַרשטייט זיך, באַלד האָב איך אַנטדעקט „יוגנטרוף‟, און איך בין געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ סבֿיבֿה; אָבער דאָס איז נאָר געווען איין־צוויי שעה אַ וואָך, נישט גענוג צו לערנען זיך רעדן. ווי אַ סטודענט פֿון דײַטש האָב איך געוווּסט וואָס מע דאַרף טאָן — נאָך אַ יאָר אין דײַטשלאַנד האָב איך געקענט גוט דײַטש, האָב איך נאָר געדאַרפֿט געפֿינען דאָס ייִדישלאַנד. און צום גליק, איז עס ניט געווען שווער — פּורים בין איך און עטלעכע סטודענטן פֿון „קאָלומביע‟ און „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ געפֿאָרן קיין באָראָ־פּאַרק.

מיר האָבן געטאַנצט מיט די חסידים, געהערט דרשות אויף ייִדיש, און געזען צוויי ייִדישע פּורים־שפּילן. ווען ס׳איז דאָ אַזאַ זאַך ווי „ייִדישלאַנד‟, דאַרף עס זײַן אין ברוקלין — אין קיין אַנדער אָרט האָב איך נישט געזען אַזעלכע מאַסן, טויזנטער ייִדיש־רעדערס. קורץ נאָך דעם האָב איך באַשלאָסן צו זוכן אַרבעט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי איך זאָל זיך קענען לערנען אַ היימישן ייִדיש. אָבער ווי אַזוי? אין אינטערנעץ, אויף „קרייגסליסטע‟, האָב איך גאָרנישט געפֿונען. איין נאָכמיטאָג בין איך אַרומגעגאַנגען אין די גאַסן פֿון וויליאַמסבורג זוכן אַרבעט — איך האָב געפֿרעגט בײַ צענדליקער קרעמער, נעבעך, אויף ענגליש. שוין דעמאָלט האָב איך געוווּסט, אַז די חסידים האָבן צו ווייניק אַרבעט פֿאַר זייער אייגענע יונגעלײַט; פֿאַר מיר, אַ פֿרעמדן, האָבן זיי גאָרנישט. אָבער מע האָט מיר געוווּנטשן הצלחה און געזאָגט, אַז איך דאַרף פֿרעגן בײַ דער „אַרבעט־פֿאַרמיטלונג‟ אויף קלײַמער־גאַס.

אויפֿן אַנדערן טאָג בין איך געקומען אויף דעם אַדרעס פֿון דער „אַרבעט־פֿאַרמיטלונג‟ — אויף דער טיר איז אָנגעשריבן אויף ענגליש, „פּראָדזשעקט קייר‟, אַז קיין נישט־חסיד זאָל נישט פֿאַרבלאָנדזשען און קומען זוכן אַ שטעלע. דאָס ביוראָ איז געווען קליין, ס׳זײַנען געווען בענקלעך און ספֿרים פֿאַר די, וואָס וואַרטן אויף אַ טרעפֿונג, אַזוי ווי בײַ אַ דאָקטער. איך האָב אַ קוק געטאָן אין די ספֿרים — נישט אויף ייִדיש — האָב איך ווײַטער געלייענט מײַן ייִדיש מעשׂה־ביכל „די מיצווה־קינדער‟. וואַרטן קען מען אַ סך בײַ דער אַרבעט־פֿאַרמיטלונג — בעסער זאָל מען פֿאָדערן הילף, נישט וואַרטן מיט געדולד. אָבער איך האָב געוואַרט און סוף־כּל־סוף האָב איך געקענט רעדן מיט עמעצן — אַ בחור. איך האָב אָנגעהויבן אויף ייִדיש, און ער האָט געענטפֿערט. נאָך אַ פּאָר מינוט האָט ער געזאָגט — „איר רעדט ייִדיש אַזוי ווי איך רעד ענגליש‟, און מיר זײַנען אַריבער אויף ענגליש.

דער בחור האָט מיר געהאָלפֿן אויסצופֿילן עטלעכע פּאַפּירן, כּדי איך זאָל זיך קענען פֿאַרשרײַבן; מײַן נאָמען און אַדרעס, וווּ איך האָב געאַרבעט, אין וועלכער חסידישער שול איך האָב זיך געלערנט. די אָנווײַזונגען זײַנען געווען אויף ייִדיש און ענגליש, וואָס מיר איז עס געפֿעלן.

ס׳איז געווען אַ גאַנצע רשימה פֿון מעגלעכע שטעלעס: געשעפֿטן, וואָס זוכן אַרבעטער. דער בחור האָט מיך געפֿרעגט, צי איך וויל אַרבעטן בײַם אינסטאַלירן סאַטעליט־אַנטענעס — ניין, האָב איך געזאָגט, איך וויל אַן אַרבעט, וווּ איך קען רעדן ייִדיש מיט עמעצן. ווײַטער געטראַכט. אַרבעטן בײַם אַנטוויקלען פֿאָטאָגראַפֿיעס? ניין. זײַן אַ סאַרווער אין אַ רעסטאָראַן? אפֿשר. אָבער דער בחור האָט מיר נישט געקענט העלפֿן, איך האָב געדאַרפֿט וואַרטן אויף דעם שעף, מיסטער גאָטליב.

מיסטער גאָטליב קען מיר העלפֿן. ער איז נישט געווען דער איינציקער — קורץ נאָך דעם ווי מיסטער גאָטליב איז אָנגעקומען, איז אַרײַנגעקומען נאָך אַ חסיד, אַן עלטערער. ער האָט מיך אָנגעקוקט און געזאָגט: „אַ באַקאַנט פּנים‟ — געפֿרעגט צי איך האָב קרובֿים אין דער געגנט. ניין, איך האָב נישט. דער חסיד איז געקומען פֿון אַרגענטינע, רעדט פֿליסיק שפּאַניש, וואָס קומט אים צו ניץ אין וויליאַמסבורג צווישן אַזוי פֿיל פּוערטאָ־ריקאַנער. „איך קען אײַך העלפֿן — איך בין אַ שדכן‟.

אוּוואַ! איך האָב זיך אָבער קיין מאָל ווידער נישט געטראָפֿן מיט דעם אַרגענטינער שדכן און ביז הײַנט בלײַב איך, נעבעך, אַ בחור.

מיסטער גאָטליב האָט געוווּסט, ווי צו העלפֿן. קודם האָט ער געמאַכט אַ קורצן אינטערוויו: „וואָס האָט איר שטודירט?‟

„דאָס מיטלאַלטער — מיטלעלטערישע שפּראַכן‟ האָב איך געענטפֿערט.

„וואָס איז דאָס?‟.