אַ מעשׂה וועגן נײַע ישׂראלים

A Story About New Israelis


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 01, 2015, issue of September 18, 2015.

מיט בערך פֿערציק יאָר צוריק זײַנען מײַן ווײַב און איך געוואָרן באַלעבאַטים פֿון אונדזער ערשטער אייגענער דירה. דאָס איז געווען אַ „קאָ־אָפּ‟. דער עולם איז אין יענעם, מאָסקווער, בנין געווען בדרך־כּלל אַן אינטעליגענטער, מיט אַ היפּשער פּראָפּאָרץ ייִדן, האַלבע ייִדן, אַ ביסל ייִדן וכ’. בײַ מאָסקווער ייִדן (ווי אויך בײַ די גרוזינער און די אַרמענער) האָט זיך געפֿירט, אפֿשר מער איידער בײַ ניט־ייִדן, צו קויפֿן קאָאָפּעראַטיווע דירות. 

אַ סך שכנים זײַנען געווען אין אונדזער עלטער, אויך מיט קליינע קינדער, און טאַקע דורך די קינדער האָט מען זיך גיך באַקענט און צו מאָל אַפֿילו זיך פֿאַרחבֿרט. דאָ וועל איך צוגעבן, אַז צוויי פּאָרפֿעלקער פֿון יענעם הויז זע איך פֿון מאָל צו מאָל אויפֿן ברײַטאָן־ביטש שפּאַצירן, און נאָך מיט איין געוועזענער שכנה, וואָס וווינט אין באָסטאָן, רעדט מײַן ווײַב איין מאָל אין אַ פּורים אויפֿן טעלעפֿאָן.

צווישן די שכנים איז געווען איינער, וועמען איך וועל דאָ רופֿן וולאַדימיר. אַ חודש נאָך אונדזער אַרײַנציִען זיך אין דער נײַער דירה, האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט, צי מיר האָבן אַ טעלעוויזאָר. זיי האָבן נאָך ניט באַוויזן עס צו קויפֿן. האָב איך געזאָגט, אַז יאָ, און דערמיט זיך אַרײַנגעפּאַקט צו קוקן מיט אים עפּעס אַ וויכטיקע שלעגערײַ פֿון צוויי באָקסערס. געדויערט האָט עס ביז אַרום צוויי אַ זייגער פֿאַרטאָג. ניט פֿריִער און ניט שפּעטער האָבן איך אַזעלכע ווילדע זאַכן ניט געקוקט.

בינו־לבינו, האָט מיר וולאַדימיר דערציילט, אַז געאַרבעט האָט ער ווי אַ קאָרעקטאָר אין אַ פֿאַרלאַג, וואָס האָט געדרוקט כּלערליי ביכער, בפֿרט לענינס ווערק, אויף אַראַביש. ער האָט מיר אַנטפּלעקט דעם סוד, אַז ער איז אַ האַלבער ייִד, אָבער אָפֿיציעל איז  ער — ווי ס’רובֿ אַזעלכע „העלפֿטן‟ — געווען אין זײַנע פּאַפּירן פֿאַרשריבן ווי אַ רוס, לויט זײַן טאַטנס נאַציאָנאַלער אָנגעהעריקייט. זײַן „רוסישקייט‟ האָט אים געהאָלפֿן צו ווערן אַ סטודענט אין דעם פּרעסטיזשפֿולן מאָסקווער אוניווערסיטעט, וואָס איז פֿאַר ייִדן געווען ווייניק צוטריטלעך.