ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published August 31, 2015, issue of September 18, 2015.

מעלבורנער קהילה־סימפּאָזיום

דער ייִדישער קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע האָט אָרגאָניזירט זײַן ערשטן סימפּאָזיום װעגן האָמאָסעקסואַליסטישע, לעזביאַנישע, ביסעקסואַליסטישע און טראַנס־סעקסועלע ייִדן אין מעלבורן. עס האָבן אָנטײלגענומען אַן ערך 80 דערציִער, געזונטהײט־פּראָפֿעסיאָנאַלן, פֿאָרשטײערס פֿון ייִדישע יוגנט־גרופּעס און טאָגשולן, װי אויך יחידים פֿון אַלע שיכטן פֿון דער מעלבורנער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

די ייִדישע אַקטריסע און זינגערין סאָניע ליזעראָן ז״ל

די ייִדישע אַקטריסע סאָניע ליזעראָן איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 96 יאָר. דער משפּחה־נאָמען אירער, ליזעראָן, איז געװען געבױט אױף די נעמען פֿון אירע עלטערן, ליזע און אהרן. 

סאָניע איז געבױרן געװאָרן אין לאָדזש, װוּ זי איז געװען אַ תּלמידה אין דער מעדעם־שול, אָנגעפֿירט פֿון דער צענטראַלער ייִדישער שול־אָרגאַניזאַציע (ציש״אָ) אין פֿאַרמלחמהדיקן פּױלן. זי איז אױסגעװאַקסן אין די בונדישע קרײַזן פֿון איר הײמשטאָט און האָט געשפּילט אינעם ייִדישן „אַראַראַט קלײן קונסט־טעאַטער‟ אונטערן רעזשי פֿון משה בראָדערזאָן. ליזעראָן איז אויפֿגעטראָטן אין קאַבאַרעט, האָט געזונגען און רעציטירט ייִדישע פּאָעזיע. בעתן חורבן איז סאָניע פֿאַרשיקט געװאָרן קײן בענדין, װוּ זי האָט געליטן אין דער געטאָ. דאָך, האָט זי געשפּילט טעאַטער אונטערן רעזשי פֿון סאַמי פֿעדער. שפּעטער האָט זי פֿאַרװײַלט אירע מיטלײַדנדיקע אין די לאַגערן. סאָניע איז באַפֿרײַט געװאָרן פֿון בערגען־בעלזען אין אַפּריל 1945. ס’האָט זיך אָנגעהױבן ליזעראָנס קאַריערע אינעם „קאַנצעט־טעאַטער‟, אונטערן רעזשי פֿון איר מאַן, סאַמי פֿעדער. די מיטאַרבעטער פֿונעם „קאַנצעט־טעאַטער‟ האָבן סײַ געשפּילט שלאַגערס פֿונעם קלאַסיש ייִדישן טעאַטער-רעפּערטואַר (אַזױ װי שלום עליכמס „דאָס גרױסע געװינס” און „דאָס פֿאַרכּישופֿטע שנײַדערל”) און קלײן-קונסט פֿאָרשטעלונגען, װעלכע זײַנען געװען באַזירט אױף איבערלעבונגען אין די געטאָס, לאַגערן און אין דער פּאַרטיזאַנקע.

ליזעראָן און פֿעדער האָבן זיך באַזעצט אין פּאַריז נאָך דער מלחמה. דאָרט האָבן זײ געשפּילט ייִדיש טעאַטער און גאַסטראָלירט. אַז דאָס פּאָרפֿאָלק איז זיך צעגאַנגען אין 1962, איז סאָניע אַװעק קײן ניו־יאָרק, װוּ זי האָט געהאַט פֿיל פֿרײַנד. דאָ האָט זי רעקאָרדירט אַ פּלאַטע ייִדישע פֿאָלקסלידער און פּאָפּולערע לידער פֿונעם קדוש מרדכי געבירטיג. אַז עס איז איר געװאָרן שװער זיך אױסצוהאַלטן פֿינאַנציעל נאָר פֿונעם ייִדישן ליד, האָט סאָניע אָנגעהױבן אַ נײַע קאַריערע — װי אַ שרײַבער פֿון קאָמפּיוטער־פּראָגראַמװאַרג.