ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

ר׳ מרדכי דוד אונגער
ר׳ מרדכי דוד אונגער

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 01, 2015, issue of September 18, 2015.

אַ קאָנפֿערענץ אין זאַמאָשטש מערקט אָפּ 100סטע יאָרצײַט פֿון י. ל. פּרץ

הײַיאָר מערקן מיר אָפּ די 100סטן יאָרצײַט פֿון י. ל. פּרצעס טויט.

די שטאָט זאַמאָשטש גרייסט זיך מיט איר באַרימטן בן-עיר יצחק לייבוש פּרץ. דעם 7טן אָקטאָבער עפֿנט זיך אַ קאָנפֿערענץ: „י. ל. פּרץ און זײַן סבֿיבֿה‟, טאַקע אין זאַמאָשטש און וואַרשע.

די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן אײַנגעלאַדן פּראָפֿעסאָרן פֿון אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל צו האַלטן לעקציעס וועגן פּרצן אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן: פּרץ און די ייִדישע פּרעסע, פּרץ אין ייִדישן טעאַטער, פּרץ און זאַמאָשטשט, וכדומה.

די באָבאָווער חסידים האָבן פֿאַרפֿלייצט פּוילן

אַ גאַסט אין שטעטל. וואָס פֿאַר אַ שטעטל? באָבאָוו. ווער איז דער גאַסט? דער רבי, ר’ מרדכי דוד אונגער. ווי מיר ווייסן, זענען הײַנט די באָבאָווער חסידים, לא־עלינו, צעטיילט אויף צוויי מחנות. ר׳ מרדכי דוד אונגער, דערציילט מען אונדז, איז דער ראש פֿון דער מחנה פֿון דער שיל אויף דער 45סטער גאַס. ער איז געקומען פֿון ברוקלין מיט אַ גרויסער גרופּע חסידים אויף קבֿר-אָבֿות אין באָבאָוו. די סיבה: ער וועט באַלד, אין אַ גוטער מזלדיקער שעה, פֿירן זײַן טאָכטער צו דער חופּה. במילא דאַרף מען בעטן, און טאַקע אויף קבֿר-אָבֿות, פֿאַר געזונט און הצלחה פֿאַרן יונגן פּאָרפֿאָלק. אָמן, כן יהי רצון.

אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ, אַ פּוילישע פֿאָטאָגראַפֿין, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט חסידים, באַטאָנט, אַז אַזאַ גרויסע גרופּע חסידים (מער ווי דרײַ הונדערט) האָט זי שוין לאַנג נישט געזען אין פּוילן.