צי זענען די ייִדישע טאָגשולן בעסער?

Why Switching to Jewish Day Schools?

די תּלמידים פֿון דער דעטרויטער ייִדישער טאָגשול „הלל‟
Courtesy of Hillel Day School
די תּלמידים פֿון דער דעטרויטער ייִדישער טאָגשול „הלל‟

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published September 02, 2015, issue of September 18, 2015.

ווען אַלי מאַרטעלס עלטסטע טאָכטער האָט דערגרייט דעם שול־עלטער, האָבן די טאַטע־מאַמע באַשלאָסן, אַז זי דאַרף גיין אין אַ ייִדישער טאָגשול. במשך פֿון אַ געוויסן פּעריאָד, איז עס טאַקע אַזוי געווען. ווען די ייִנגערע צוויי קינדער זענען אויך אונטערגעוואַקסן, האָט די משפּחה אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז דער שׂכר־לימיד איז צו הויך. כּל־זמן די קינדער האָבן זיך געלערנט אין דער פּריוואַטער ייִדישער שול, האָבן די עלטערן נישט געקאָנט זיי אָפּשיקן אין אַ זומער־לאַגער, קויפֿן אַ נײַעם אויטאָ אָדער באַזוכן זייער שוועסטערקינדס בר־מיצווה אין ארץ־ישׂראל.

צוליב דעם, האָט דאָס טאָראָנטער פֿאָרפֿאָלק צוגענומען זייערע קינדער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער טאָגשול. במשך פֿון דרײַ יאָר האָבן זיי זיך געלערנט אין אַ געוויינטלעכן מלוכישן אַנשטאַלט. דעם הײַנטיקן האַרבסט זענען זיי אָבער ווידער געגאַנגען אין אַ ייִדישער שול.

אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ האָט די מאַמע, אַלי מאַרטעל, געזאָגט, אַז הגם דאָס לערנען זיך אין אַ מלוכישער שול האָט געהאָלפֿן דער משפּחה צו לייזן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, האָבן די קינדער געבענקט נאָך דער פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער קהילה. לויט די ידיעות פֿון דער פֿונדאַציע „אַבֿי חי‟, האָבן לעצטנס אַ רעקאָרד־גרויסע צאָל ייִדישע משפּחות אָנגענומען דעם זעלבן באַשלוס; די אָרגאַניזאַציע האָט איבערגעגעבן, אַז מיט אַ יאָר צוריק זענען, צום ווייניקסטן, 200 קינדער אַריבער פֿון די מלוכישע בילדונג־אַנשטאַלטן אין ייִדישע טאָגשולן, און נאָך הונדערטער גייען אַריבער אינעם הײַנטיקן לערן־יאָר.

דער פֿאַרקערטער פּראָצעס איז, אַפּנים, מער פֿאַרשפּרייט. די מלוכישע שול־בילדונג דערמעגלעכט, אַוודאי, אָפּצושפּאָרן אַ סך געלט פֿונעם משפּחה־בודזשעט. פֿונדעסטוועגן, באַשליסן אַ מערקווירדיקע צאָל עלטערן איבערצופֿירן זייערע קינדער דווקא אין די ייִדישע טאָגשולן. אַחוץ דער ספּעציפֿיש־ייִדישער בילדונג און סבֿיבֿה, זענען אַ טייל פֿון זיי אומצופֿרידן מיטן בילדונג־ניוואָ אין דער מלוכישער שול־סיסטעם. אַנדרעאַ אַשקאָוויץ פֿון מיאַמי, האָט דערקלערט פֿאַרקערט, אַז זי האָט באַשלאָסן צו שיקן אירע קינדער אין אַ ייִדישער שול, ווײַל אין דער אָרטיקער מלוכישער שול האָט געהערשט אַ צו שטרענגע דיסציפּלין. זי האָט באַמערקט, אַז פֿאַר איר איז געווען וויכטיק נישט די ייִדישע סבֿיבֿה, נאָר אַ וואַרעמע מענטשלעכע אַטמאָספֿער.

מאַרק קראַמער, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון „ראַווסאַק‟, אַ נעץ פֿון 135 ייִדישע טאָגשולן, האָט באַטאָנט, אַז אַ טייל עלטערן מיינען, אַז אין אַ מלוכישער שול קאָנען די קינדער נישט אַנטוויקלען געוויסע כּשרונות, און דערצו הייבן זיי אָן אָפּצושאַצן די וויכטיקייט פֿון דער פֿאָרמעלער ייִדישער בילדונג. צום בײַשפּיל, האָט איין טאַטע זיך פֿאַרחידושט, אַז די קליינע תּלמידים פֿון די ייִדישע שולן ווייסן שוין, ווי אַזוי צו פּראַווען אַליין אַ פּסח־סדר.