די פֿאַרבאָטענע טעמע — זעלבסטמאָרד

Breaking the Silence About Suicide

Anya Ulinich

פֿון יהודית פּאָסנער (Forward)

Published September 02, 2015, issue of September 18, 2015.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט אַ פֿענצטער־רייניקער בײַ מיר אין שטוב, אין ירושלים, פֿאַרפֿירט אַ שמועס בשעת איך האָב געאַרבעט בײַ מײַן קאָמפּיוטער. ווי איך, איז ער געווען אַן ענגליש־רעדנדיקער עולה, האָבן מיר געפֿרעגט איינער דעם אַנדערן פֿון וואַנען יעדער שטאַמט; ווען האָבן מיר עולה געווען, און אַזוי ווײַטער.

ווען ער האָט מיך געפֿרעגט, צי איך האָב קינדער, האָב איך געענטפֿערט, אַז מײַן טאָכטער וווינט אין יפֿו, לעבן תּל־אָבֿיבֿ. „איר האָט נאָך קינדער?‟ האָט ער געפֿרעגט. האָב איך אים געזאָגט, אַז איך האָב פֿאַרלוירן אַ זון. ס׳איז אַ מאָדנער אויסדרוק, איך ווייס. עס קלינגט ווי מײַן 27־יאָריקער זון, עריק, איז געווען אַ 5־יאָריק ייִנגל, וואָס האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין אַן אײַנקויף־צענטער.

ס׳רובֿ מענטשן, ווען איר זאָגט זיי, אַז אײַער קינד איז אויף יענער וועלט, בײַטן זיי די טעמע. מײַן פֿענצטער־רייניקער איז אָבער געווען טאַקע נײַגעריק צו וויסן, ווי אַזוי איז עריק געשטאָרבן. „ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן,‟ האָב איך געענטפֿערט. דער אַרבעטער האָט געמורמלט עטלעכע ווערטער פֿאַר מיטגעפֿיל, אָבער האָט שוין מער גאָרנישט געפֿרעגט.

דער באַשלוס, צי מע זאָל יאָ אָדער נישט דערמאָנען דעם אַליינמאָרד פֿון אַ קינד, איז אַ שטענדיקע דילעמע פֿאַר טאַטע־מאַמע, בפֿרט אין אַזאַ געזעלשאַפֿט ווי ישׂראל. ווען אַ קינד שטאַרבט צוליב „נאָרמאַלע‟ סיבות, ווי ראַק אָדער אַן אויטאָ־אומגליק, רופֿן מיר עס אַ טראַגעדיע, אָבער אויב די סיבה איז זעלבסטמאָרד, קוקט מען אָפֿט אַ ביסל קרום אויף די עלטערן, ווי זיי וואָלטן אפֿשר, צום טייל, געווען שולדיק אין דעם. דאָס איז אַן אוניווערסאַלער פֿענאָמען.

בײַ ייִדן איז אויך אַזוי. ביז לעצטנס האָט מען די מענטשן, וואָס האָבן זיך גענומען דאָס לעבן, באַגראָבן מחוץ דעם פּלויט פֿונעם בית־עולם, ווײַל אַליינמאָרד איז באַצייכנט געוואָרן ווי אַ חטא קעגן דעם אייבערשטן. הײַנט באַטראַכטן די רבנים אַזאַ אַקציע ווי אַ סימן פֿון גײַסטיקער קראַנקייט, און דערפֿאַר פּסקנט מען, אַז דער פֿאַרשטאָרבענער טראָגט נישט דאָס אַחריות פֿאַר זײַן אַקט. פֿון דעסטוועגן, איז די טעמע פֿאַרבליבן אַ טאַבו אין דער געזעלשאַפֿט.

עס זענען דאָ עטלעכע סיבות, פֿאַר וואָס איך מײַד אויס די טעמע, ווען איך שמועס מיט מענטשן. ערשטנס, זאָרג איך זיך, אַז צוליב מײַן זונס זעלבסטמאָרד, וועט מען מיך אפֿשר האַלטן פֿאַר אַ נישט־געראָטענער מאַמע. צווייטנס, איז מיר סתּם נישט ניחא צו זען ווי מענטשן פֿילן זיך אומבאַקוועם.

פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרשטיי איך אויך, אַז אויב איך וועל נישט רעדן וועגן דעם, קאָלאַבאָריר איך מיטן שׂונא. דער שׂונא דאָ איז דאָס שווײַגן, די „בושה‟ וועגן פּסיכישע קראַנקייטן. ווען איך פֿאַרשווײַג מײַן זונס זעלבסטמאָרד, טו איך אים אַן אומחסד. וויל איך טאַקע שרײַען פֿון די דעכער: יאָ, איך האָב אַמאָל געהאַט אַ זון, און מײַן טאָכטער האָט געהאַט אַ ברודער! ער איז נישט געווען קיין פֿאַרברעכער; ער האָט געליטן פֿון מאַניש־דעפּרעסיע („בײַפּאָלער‟, בלע״ז), אָבער ער איז אויך געווען אַ שעפֿערישער מענטש, מיט אַ פֿײַנעם חוש פֿון הומאָר, אַ גוטהאַרציקער בן־אָדם.

ס׳רובֿ מענטשן מיינען, אַז אַליינמאָרד איז אַ זעלטענע דערשײַנונג, אָבער די סטאַטיסטיק ווײַזט פּונקט דאָס פֿאַרקערטע. אין ישׂראל איז עס די צווייט־העכסטע סיבה פֿאַר וואָס יונגע מענער שטאַרבן. אין צה״ל שטאַרבן מער סאָלדאַטן פֿון אַליינמאָרד איידער פֿון מיליטערישע אָפּעראַציעס. אין ישׂראל, אַמעריקע און אַ סך אַנדערע לענדער, שטאַרבן אַ סך מער מענטשן פֿון זעלבסטמאָרד, איידער פֿון אויטאָ־אַקצידענטן אָדער מאָרד.

אונדזער שווײַגן קאָן אַפֿילו גורם זײַן דעם זעלבסטמאָרד, ווײַל דער וואָס קלערט וועגן דעם, קומט צום אויספֿיר, אַז ער איז דער איינציקער, וואָס ראַנגלט זיך מיט אַזוינע געפֿילן. איך געדענק נאָך ווי מײַן זונס פּסיכאָטעראַפּעפֿט האָט מיר געהייסן דווקא נישט צו רעדן מיט עריק וועגן זעלבסטמאָרד, כאָטש עריק האָט נישט אויפֿגעהערט צו רעדן וועגן דעם. מיר וועלן איצט קיין מאָל נישט וויסן דעם עפֿעקט פֿון דער שווײַג־סטראַטעגיע אויף מײַן זונס לעצטן באַשלוס.