עטלעכע ווערטער אין אָנדענק פֿון מאַרינע שרײַבמאַן

Marina Shraybman, in Memoriam

מאַרינע שרײַבמאַן בײַם דענקמאָל פֿון איר מאַן, יחיאל שרײַבמאַן. וואַדול־ראַשקעוו, מאַרץ 12, 2013
Chana Pollack
מאַרינע שרײַבמאַן בײַם דענקמאָל פֿון איר מאַן, יחיאל שרײַבמאַן. וואַדול־ראַשקעוו, מאַרץ 12, 2013

פֿון באָריס סאַנדלער, מישע כאַזין

Published September 03, 2015, issue of September 18, 2015.

פֿון קעשענעוו, מאָלדאָווע, איז אָנגעקומען אַ טרויעריקע בשׂורה — נאָך אַ שווערער קראַנקייט איז געשטאָרבן מאַרינע שרײַבמאַן, די אַלמנה פֿון דעם ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. זי איז אַלט געווען 75 יאָר. אַליין אַ רוסישע פֿרוי, אַן עכטע קאַזאַטשקע, האָט זי זיך אויסגעלערנט ייִדיש און שטענדיק ליב געהאַט אַרײַנצושטעלן בײַם שמועסן אַ ייִדיש וואָרט און ווערטל, ווײַל „איר חיליק‟, ווי זי פֿלעגט רופֿן איר מאַן, האָט דערפֿון הנאָה. מאַרינע איז געווען שרײַבמאַנס צווייטע פֿרוי (די ערשטע, אָלגע, איז געשטאָרבן) און אויף אַ סך ייִנגער פֿון אים. זי האָט זיך אויסגעלערנט בײַ זײַן מאַמען צו קאָכן ייִדישע מאכלים, נישט סתּם ייִדישע, נאָר בעסאַראַבער ייִדישע פּאָטראַוועס, און ס׳איז נישט געווען קיין איין געבוירן־טאָג שרײַבמאַנס, זי זאָל נישט „שטעלן אַ טיש‟, לויט אַלע פּישטשעווקעס פֿון ייִדיש־רוסישער גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט.

נאָך שרײַבמאַנס טויט האָט מאַרינע גענומען אויף זיך דעם עול, אַרויסצולאָזן שרײַבמאַנס ווערק, וועלכע זײַנען נאָך נישט דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרעם. אין די באַדינגונגען פֿון מאָלדאָווע, האָט עס אויסגעזען, ווי אַ שוידער־חלום. פֿון דעסטוועגן, האָט מאַרינע באַהערשט אַ ייִדישע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם און אַליין אַרײַנגעקלאַפּט די טעקסטן פֿון שרײַבמאַנס כּתבֿ־ידן.

אויף אַזאַ אופֿן, ממש אינעם זעלבן טאָג פֿון מאַרינעס טויט, איז דערשינען אין ירושלים יחיאל שרײַבמאַנס בוך עסייען „פּאָרטרעטן‟. נישט דערלעבט, נעבעך, עס צו זען…

כּבֿוד איר אָנדענק!

מיר ברענגען ווײַטער אַ נאָטיץ פֿונעם שרײַבער מישע כאַזין, וואָס איז לאַנגע יאָרן געווען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון יחיאל און מאַרינע שרײַבמאַן.


די פֿאַרליבטער מאַרינע

אין קעשענעוו, אינעם הויז פֿון מאָלדאַווישע שרײַבער, האָבן די קרובֿים, פֿרײַנד און פּען־פּענטשן זיך געזעגנט מיטן מײַסטער פֿון ייִדישן וואָרט — יחיאל שרײַבמאַן. בײַם אָרון, אַ פֿאַרוויינטע, איז געזען מאַרינע. זײַן מאַרינע. דער מאָלדאַווישער שרײַבער אַנדריי סטרימביאַנו, שרײַבמאַנס גוטער פֿרײַנד, האָט אין זײַן געזעגונג־וואָרט באַטאָנט, אַז „אַזוי ווי ס‘איז אין דער געשיכטע פֿון ליטעראַטור, אינעם זכּרון פֿון דורות לייענער פֿאַרבליבן צוזאַמען מיטן נאָמען פֿון לעוו טאָלסטוי דער נאָמען פֿון זײַן פֿרוי, סאָפֿיאַ אַנדרעיעוונאַ, צוזאַמען מיט דאָסטאָיעווסקיס נאָמען, דער נאָמען פֿון זײַן פֿרוי אַנאַ גריגאָריעוונאַ, צוזאַמען מיטן נאָמען פֿון מיכאַיִל עמינעסקו — וועראָניקאַ מיקלע, פּונקט אַזוי וועט פֿאַרבלײַבן דער נאָמען פֿון מאַרינע לעבן דעם נאָמען פֿון יחיאל שרײַבמאַן — אַן אָנדענק פֿון זייער ליבע, פֿאַראייביקט אינעם ייִדישן וואָרט.‟

איך דערמאָן זיך איצט ווי דער דאָזיקער ליבע־ראָמאַן האָט זיך אָנגעהויבן. ער האָט אויסגעזען אַזוי טריוויאַל, אַזוי וואָכעדיק, אַז ס‘איז שווער געווען צו גלייבן, צי ער וועט אַמאָל זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ לאַנג 30־יאָריק משפּחה־לעבן, אָנגעפֿילט מיט גײַסטיקער הייך. אָנגעהויבן האָט זיך אַלץ אויף דער שיף, אויף וועלכער יחיאל און מאַרינע האָבן זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן. זיי האָבן זיך דעמאָלט ביידע געלאָזט אין אַ קורצער רײַזע איבערן שוואַרצן ים. יחיאל איז צו יענער צײַט געווען אַן אַלמן פֿון 56 יאָר, און מאַרינע — אַ חתונה געהאַטע פֿרוי ייִנגער פֿון אים מיט 27 יאָר. ער — אַ ייִדישער שרײַבער פֿון בעסאַראַביע, וואָס זײַן רוסיש איז געווען אַ מוסטער פֿאַר די אַנטיסעמיטן נאָכצוקרימען זיך; און זי אַן עכטע רוסישע פֿרוי פֿון דער ווײַטער שטאָט קורגאַן, וואָס האָט קיין ייִדישן פּרצוף אין איר לעבן נישט געזען, און דאָס געהערטע וועגן ייִדן, האָט זיי קיין כּבֿוד נישט פֿאַרשאַפֿט.

אַ מאָדנע פּאָרעלע, אמת? עס איז אָבער געשען אַ נס, וואָס הייסט — ליבע. אַ גרויסע ליבע פֿאָדערט אַ סך נשמה־מי פֿון ביידע צדדים.

„גיב מיר צײַט צו צווייפֿלען, אָבער נישט קיין סיבות פֿאַר צווייפֿל‟, — האָט געשריבן יחיאל אין איינעם פֿון זײַנע ערשטע בריוו צו מאַרינען נאָך זייער פֿאַרברענגען צוזאַמען אָנדערהאַלבן חדשים אויף אַ קוראָרט. זי האָט אים אויף דעם געענטפֿערט: „זאָלסט שטענדיק צווייפֿלען — אין זיך, אין דײַנע קרובֿים, אינעם לעבן אויף דער וועלט‟.

די ווערטער מאַרינעס האָבן אים אויפֿגעבראַכט‟ — וואָס הייסט, ווי אַזוי האָט זי געקאָנט אַזוינס אָנשרײַבן?! מאַרינע, די סימפּאַטישע מוזיק־לערערקע פֿון דער ווײַטער סיבירער שטאָט. ער האָט נאָך איר געבענקט, און די בענקשאַפֿט האָט געוועקט דערמאָנונגען. נאָר איין עפּיזאָד, וואָס כ‘האָב דעמאָלט געהערט פֿון מײַן פֿרײַנד. אויף דער פּלאַזשע, אָנגעטאָן אינעם באָדקאָסטיום, פֿלעגט מאַרינע שטענדיק האַלטן די האַנט צוגעדריקט צו איר לענד, ווי זי וואָלט געוואָלט עפּעס פֿאַרשטעלן מיט דער דלאָניע. האָט יחיאל זי געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס טוסטו עס?‟ — „כ‘באַהאַלט דעם שראַם, וואָס מײַן געוועזענער מאַן האָט מיר דאָרט געלאָזט. — האָט מאַרינע געענטפֿערט, —מעגלעך, ס‘איז דיר אומאָנגענעם אים צו זען…‟.

יחיאל האָט זיך אָנגעבויגן און זי אַ קוש געטאָן אין יענעם אָרט. מער האָט זי דעם שראַם נישט באַהאַלטן.