ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

דניאל קאַן אין דער ראָלע פֿון „ביף‟(רעכטס) און אַבֿי האָפֿמאַן אין דער ראָלע פֿון ווילי לאָמאַן
דניאל קאַן אין דער ראָלע פֿון „ביף‟(רעכטס) און אַבֿי האָפֿמאַן אין דער ראָלע פֿון ווילי לאָמאַן

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 03, 2015, issue of September 18, 2015.

„טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ אויף ייִדיש

דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַ­טער‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז די טרופּע וועט פֿאָרשטעלן אַרטור מילערס באַקאַנ­טע פּיעסע „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ אין דער ייִדי­שער איבערזעצונג פֿון יוסף בולאָף. די איבער­זע­צונג איז געווען אַ שלאַגער אין אַרגענ­טי­נע אין דער זעלביקער צײַט וואָס די אָריגינע­לע פּיע­סע האָט געשפּילט אויף בראָדוויי. די פּרע­מיערע איז פֿאָרגעקומען מיט איבער 60 יאָר צוריק.

די הויפּט־ראָלע פֿון ווילי לאָמאַן שפּילט אַבֿי האָפֿמאַן; דער קלעזמער־מוזיקער און אַק­טיאָר דניאל קאַהן וועט שפּילן זײַן זון „ביף‟. שיין בייקער וועט מען זען אין דער ראָלע פֿון טשאַרלי, אַ שכן און חבֿר פֿון ווילי לאָמאַן, און די אַקטריסע סוזאַן טאָרען שילדערט לאָ­מאַנס פֿרוי לינדאַ. די אַנדערע אַקטיאָרן, וואָס זע­נען באַטייליקט אין דער פּראָדוקציע זע­נען: לעוו האָראָוויץ, אַריאל בעט, איימי קאָל­מאַן, איצי פֿײַערסטאָון, אילן קוויטקען, בן רויזנ­בלאַט, שיינע שמיט און אָדם שאַפּיראָ.

די פֿאָרשטעלונג וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אינעם „קאַסטילאָ־טעאַטער‟ אין מאַנהעטן אונטערן רעזשי פֿון משה יאַסור פֿונעם 8טן אָקטאָבער ביזן 22סטן נאָוועמבער. די בי­לעטן, וואָס קאָסטן 50$ דאָלאַר, קען מען באַ­שטעלן דורכן באַזוכן http://www.castillo.org/salesman-2015/ אָדער דורכן אָנקלינגען 4111—811—866.

פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן טעאַטער אין איטאַקע, נ״י

די פּראָגראַם אין ייִדישע לימודים בײַם „קאָרנעל־אוניווערסיטעט‟, צוזאַמען מיטן ניו־יאָרקער „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַ­טער‟ און די פּראָגראַם אין ייִדישע לימו­דים בײַם „איטאַקער קאָלעדזש‟ אָרגאַניזירן אַ דרײַ־טאָגיקן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן טעאַ­טער. דער פֿעסטיוואַל וועט אַרײַננעמען דרײַ טעאַ­טער־פֿאָרשטעלונגען:

דינסטיק, דעם 8טן סעפּטעמבער, 6 אַזיי­גער אין אָוונט, וועט מען ווײַזן דעם פֿילם „ייִדי­שע גליקן‟ מיט שלמה מיכאָעלס. נאָכן פֿילם וועט דוד מאַנדעלבאַום פֿאָרשטעלן די פּיעסע „יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט‟. דער אָוונט, וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם „קאָרנעל־סינע­מאַ‟, איז בחינם.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.