איראַן־אָפּמאַך קאָן מער ניט אָפּגעוואָרפֿן ווערן

Iran Deal Can No Longer Be Overturned

דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער, משה יעלון (רעכטס) און דער אַמעריקאַנער שוץ־סעקרעטאַר אַש קאַרטער, איידער קאַרטער פֿליט אָפּ פֿון בן־גוריון פֿליפֿעלד, דעם 21סטן יולי
Carolyn Kaster/Pool/AP Images
דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער, משה יעלון (רעכטס) און דער אַמעריקאַנער שוץ־סעקרעטאַר אַש קאַרטער, איידער קאַרטער פֿליט אָפּ פֿון בן־גוריון פֿליפֿעלד, דעם 21סטן יולי

פֿון ייִט״אַ

Published September 03, 2015, issue of September 18, 2015.

וואַשינגטאָן. — מיטוואָך איז די סענאַטאָרין באַבאַראַ מיקולסקי (דעמאָקראַט, מערילאַנד) געוואָרן דער 34סטער סענאַטאָר צו שטימען לטובֿת דעם איראַנישן נוקלעאַרן אָפּמאַך, דערמיט פֿאַרזיכערנדיק, אַז דער הסכּם וועט דורכן קאָנגרעס נישט קאָנען אָפּגעוואָרפֿן ווערן.

מיקולסקי, וועלכע פּענסיאָנירט אין אַ יאָר אַרום, איז אין נאָענטע באַציִונגען מיט די ייִדישע און פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס אין איר שטאַט. כּמעט אַלע רעפּובליקאַנער האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם אָפּמאַך מיט איראַן, אָבער די קאָנגרעסלײַט אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי זענען שטאַרק געשפּאָלטן וועגן דעם ענין.

פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט שוין פֿון פֿריִער געזאָגט, אַז אויב דער אָפּמאַך וועט אָנגענומען ווערן, וועט ער פֿאָרלייגן אַ צאָל מיטלען ווי אָפּצושוואַכן די סכּנה פֿון איראַן און ווי צו פֿאַרשטאַרקן די זיכערהייט פֿון ישׂראל און די אַנדערע אַליִיִרטע לענדער אינעם ראַיאָן. דהײַנו: פֿאַרגרעסערן די מיליטערישע שטיצע פֿאַר ישׂראל במשך פֿון די קומעדיקע 10 יאָר; פֿאַרגרעסערן די אַמעריקאַנער מיליטערישע כּוחות אינעם מיטעלן מיזרח; פֿאַרזיכערן, אַז די סאַנקציעס, וואָס זענען נישט פֿאַרבונדן מיט איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם (ווי, למשל, סאַנקציעס קעגן דער איראַנישער רעוואָלוציאָנערער גוואַרדיע) זאָלן ווײַטער אויפֿגעהאַלטן ווערן; פֿאַרשטאַרקן די אַמעריקאַנער קאַמף־כּוחות קעגן דעסטרוקטיווע איראַנישע טעטיקייטן אינעם ראַיאָן, און פֿאַרבעסערן די קאָאָפּעראַציע מיט ישׂראל וואָס שייך זייערע פֿאַרטיידיקונג־סיסטעמען.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט אויך פֿאַרזיכערן, אַז די צענדליקער ביליאָנען דאָלאַר, וואָס איראַן וועט האָבן צוטריט צו דעם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון די אָפּגעשוואַכטע סאַנקציעס, זאָל נישט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון „כעזבאָלאַ‟.