ווער וויל ווערן אַ ייִדישער מאַרסיאַנער?

Time is Up for Jewish Martians?

שיינע גיפֿאָרד און דער קופּאָל אויפֿן האַוואַיער וווּלקאַן, וווּ זי וועט פֿאַרברענגען אַ גאַנץ יאָר; אַלעקסאַנדר באָגדאַנאָווס ראָמען „דער רויטער שטערן‟ (לינקס)
שיינע גיפֿאָרד און דער קופּאָל אויפֿן האַוואַיער וווּלקאַן, וווּ זי וועט פֿאַרברענגען אַ גאַנץ יאָר; אַלעקסאַנדר באָגדאַנאָווס ראָמען „דער רויטער שטערן‟ (לינקס)

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 04, 2015, issue of October 02, 2015.

דעם 28סטן אויגוסט, האָט ד״ר שיינע גיפֿאָרד, אַ ייִדישע מעדיצין־דאָקטערין, אַסטראָפֿיזיק־פֿאָרשערין און זשורנאַליסטקע, וואָס שרײַבט אויף וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס, אָנגעהויבן זיך גרייטן צו ווערן אַ מאַרסיאַנקע. זי האָפֿט צו דערגרייכן אַמאָל דעם פּלאַנעט מיט אַ קאָסמישער עקספּעדיציע. דערווײַל האָט זי זיך באַזעצט אויף אַ גאַנץ יאָר אין אַ ספּעציעלן צענטער, וואָס „נאַסאַ‟, די אַמעריקאַנער קאָסמאָס־אַגענטור, האָט אויפֿגעשטעלט אויפֿן שפּיץ פֿון אַ הויכן וווּלקאַן אין האַוואַיִ. אין אַ געוויסער מאָס, האָט מען דאָרטן נאָכגעמאַכט די שווערע באַדינגונגען פֿון דער צוקונפֿטיקער עסקפּעדיציע. במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, וועט גיפֿאָרד, צוזאַמען מיט פֿינף אַנדערע באַטייליקטע אינעם פּראָיעקט, ספּעציאַליסטן אין פֿאַרשיידענע געביטן, לעבן אינעם איזאָלירטן קופּאָל, 36 פֿוס דער דיאַמעטער.

אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט גיפֿאָרד איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך צינדן שבת־ליכט אינעם קופּאָל. זי חידושט זיך אָבער, ווי אַזוי מע דאַרף רעכענען די זמנים, לויט ייִדישן לוח, אויב מע וווינט אויף אַ קאָסמאָס־סטאַנציע, וואָס דרייט זיך אַרום דער ערד? וואָס מע דאַרף טאָן אין אַזאַ פֿאַל אויפֿן מאַרס איז אויך נישט קלאָר, ווײַל דער טאָג דויערט דאָרטן בסך־הכּל מיט 40 מינוט לענגער.

אין איר בלאָג, דערציילט געפֿאָרד וועגן קאָסמאָס, ייִדישקייט און די געצעלט־פּראָטעסטן קעגן וואָל־סטריט, וועלכע האָבן זיך מיט כּמעט פֿיר יאָר צוריק אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק און זיך גיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט. זי האָפֿט, אַז די ענטוזיאַסטישע מענטשן וועלן אַמאָל אָקופּירן דעם לאַנג־אויסגעטריקנטן „רויטן פּלאַנעט‟ און מאַכט אים ווידער לעבעדיק, אַזוי ווי די דעמאָנסטאַנטן אינעם ניו־יאָרקער זוקאָטי־פּאַרק, וועלכע האָבן אויף חידושדיקע אופֿנים געשאַפֿן אַן אייגענע זיך־פֿירנדיקע געזעלשאַפֿט אינמיטן דעם פֿרעמדן „פּלאַנעט‟ פֿון קאָרפּאָראַטיוון קאַפּיטאַליזם.

בײַ ייִדן איז מאַרס באַקאַנט ווי „מאדים‟ און ווערט אַסאָציִיִרט מיט גוואַלד און מלחמות, מיטן בייזן מלאך פֿון דער רוימישער אימפּעריע, ווי אויך — צומאָל — מיט דער משיחישער גאולה. אַזאַ קבלה־אַסאָציאַציע טרעפֿט זיך אין די ווערק פֿון רב מענדל שקלאָווער, אַ גרויסער תּלמיד פֿונעם ווילנער גאָון. ס׳זעט אויס, אַז די טעמע פֿון רעוואָלוציאָנעלע חלומות אין שײַכות צו מאַרס, האָט זיך נישט אויסגעשעפּט. מענטשן חלומען ווײַטער וועגן קאָסמאָס, כּדי דאָרטן צו אַנטדעקן אָדער שאַפֿן אַן אוטאָפּיע.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, איז אין לאָנדאָן אַרויס לבֿיא טדהרס און רבֿקה לעווינס טשיקאַווע אַנטאָלאָגיעס פֿון קורצע דערציילונגען וועגן ייִדן אין פֿאַרגלײַך מיט יענוועלטישע באַשעפֿענישן. איינער פֿון די מחברטעס אין דער זאַמלונג, ראָזאַן ראַבינאָוויטש, דערציילט וועגן אַ ייִדישער מיליטאַנטישער רעוואָלוציאָנערקע־בונדיסטקע און איר ברודער — אַ מקובל, וועלכער זוכט דורך מיסטישע מיטלען דעם וועג צום שטערן „מרוז‟, וועלכער ווערט דערמאָנט אינעם תּנ״ך ווי די היים פֿון מיסטעריעזע באַשעפֿענישן. דער מקובל האָפֿט, אַז דער קאָנטאַקט מיט דער פֿרעמדפּלאַנעטישער ציוויליזאַציע קאָן אָפּשטעלן די כוואַליע פֿון פּאָגראָמען, וועלכע זענען אויסגעבראָכן אין רוסלאַנד נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1905.

וווּ געפֿינט זיך אָבער דער דאָזיקער שטערן — „מרוז‟? הרבֿ פּינחס־אליהו האָראָוויץ — וועלכער האָט, אַגבֿ, אויך קאָמבינירט כּמו־סאָציאַליסטישע געדאַנקען און די אידעאַלן פֿון דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע מיט קבלה און מחשבֿות וועגן דעם ווײַטן קאָסמאָס — האָט נאָך אינעם 18טן יאָרהונדערט דערקלערט אין זײַן „ספֿר־הברית‟, אַז דער דאָזיקער פּלאַנעט איז באַוווינט מיט שׂכלדיקע באַשעפֿענישן. ער באַשטעטיקט אָבער נישט, וווּ דער מיסטעריעזער „מרוז‟ געפֿינט זיך אויפֿן הימל.

די פּאָפּולערע פֿרומע ענציקלאָפּעדיע „אוצר ישׂראל‟ איז זיך משער, אַז „מרוז‟ איז מאַרס. די רעדאַקטאָרן טײַטשן אָפּ דעם מאמר־חז״ל וועגן דעם דאָזיקן הימלישן קערפּער אויף אַן אַסטראָלאָגישן אופֿן. מאַרס איז פֿאַרשאָלטן געוואָרן, ווײַל דער מלאך פֿונעם דאָזיקן פּלאַנעט האָט נישט געהאָלפֿן דעם ייִדישן פֿאָלק צו באַזיגן דעם כּנענישן מלך סיסרא. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז אַ מענטשלעכע פֿרוי, יעל, געקומען צו הילף און אויסגענוצט איר ווײַבלעכן צויבערישן כּוח, כּדי צו דערהרגענען סיסרא אינעם שלאָף.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.