פֿאַרפֿירט דורך אונדזער טעכנאָלאָגיע

Led Astray By Our Technology and Our Tongue


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 04, 2015, issue of October 02, 2015.

ווער קען פֿאַרגעסן די צײַט, ווען עס איז אויפֿגעקומען די טעלעוויזיע, דאָס סדום־קעסטעלע, און די שטוב האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קינאָ־זאַל? די משפּחה, נאָענטע קרובֿים, חבֿרה קינדער האָבן פֿאַרנומען די בענקלעך און געזען מיט פֿרייד „אײַ לאַוו לוסי‟, און „עדגאַר בערגען מיט זײַן מאַריאָנעטל טשאַרלי מעקאַרטי‟, „ליבעראַטשי‟, און „מילטאָן בוירל‟ (אָנקל מילטי). סיד סיזער און קאַרל רײַנער אין „די שאָו אָוו שאָוס‟. אין אָוונט האָט מען קיין מאָל נישט אַדורכגעלאָזט די נײַעס מיט עדוואַרד ר. מאָראַו, און ס’איז געווען אַ פֿאַרגעניגן פֿאַר דער גאַנצער משפּחה, קרובֿים און פֿרײַנד. אַלע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט הנאה צו האָבן פֿון דער נײַסטער טעכנאָלאָגיע.

הײַנט איז שוין אַזוינס נישטאָ, טאַטע־מאַמע האָבן שוין אַ ריזיקע פּלאַזמע־טעלעוויזיע אין סאַלאָן, יעדעס קינד האָט זיך זײַן קאָמפּיוטער און טעלעוויזיע אין זייער שלאָף־צימער. מ’קען שוין זען די לעצטע פֿילמען אויף דער טעלעוויזיע, אַלץ וואָס מ’דאַרף טאָן איז געבן אַ קוועטשט אַ קנעפּל און ס’שפּרינגט אַרויס אַ שפּאָגל נײַער אָדער אַן אַלט קלאַסישער פֿילם; מ’דאַרף שוין מער נישט גיין אין קינאָ, אין דער אָפּערע, באַזוכן פֿאָרשטעלונגען אויף בראָדוויי, וווּ די בילעטן קאָסטן אַ מאָיאָנטעק, מ’קען שוין אַלץ זען אין דער היים.

ווען די טעלעפֿאָנען האָבן פֿאַרפֿלייצט אַמעריקע, האָט זיך כּמעט יעדעס הויז באַזאָרגט מיטן טײַערן מכשיר. דער טעלעפֿאָן האָט פֿאַרשפּאָרט פּנים־אל־פּנים באַגעגענישן מיט אייגענע און פֿרײַנד, די רייד זײַנען געפֿלויגן דורך די עלעקטראָנישע דראָטן, ווי אויף הייסע קוילן; זיי האָבן פֿאַרפֿלייצט די לופֿט. דאָס איז געווען דער צווייטער סימן פֿון אָפּזונדערונג. צו וואָס זיך טרעפֿן, פֿאַרלירן צײַט צו פֿאָרן מיט דער באַן, מיטן אויטאָבוס, מיטן אויטאָ, אַז מ’קען זיך טיילן מיט די לעצטע נײַעס אויף דער הייסער מינוט? קאַוואַליערן וועלן שוין קענען ראָמאַנסירן מיט די מאַדמואַזעלן אין טאַש, אויפֿן המוציא דזשימדזשיק מן־הארץ.

קיינער האָט אָבער נישט געהאַט די מינדסטע אַנונג, אַז מיר ווערן אָפּגעפֿרעמדט איינער פֿון אַנדערן, איזאָלירט, און כאָטש קיינער קלינגט מער נישט אין גלעקל פֿון טיר, זײַנען מיר נישט אַליין צווישן די פֿיר ווענט, מיר פֿאַרמאָגן דאָס ממזרישע טעלעפֿאָנדל, די ריזיקע טעלעוויזיע, און דאָס פּאָסט־קעסטל.

דער שויס־קאָמפּיוטער, „לעפּ־טאַפּ‟, איז אָבער געווען דער שליסל, וואָס האָט פֿאַר אונדז געעפֿנט די טויערן פֿונעם טעכנאָלאָגישן עולם־הזה. הײַנט ליגט שוין אײַנגענורעט דאָס קליינע טעלעפֿאָנדעלע, די מאָבילקע, הייסט עס, אין דער הויזן־קעשענע און קען אײַך צו וויסן טאָן די לעצטע נײַעס, מודיע זײַן וועגן אײַערע געשעפֿטן דורך אַ „בלו טוט‟ (בלויען צאָן), אײַנגעבויטן טעלעפֿאָן אין אויטאָ. אַלץ וואָס מען דאַרף טאָן, איז געבן אַ קוועטש אַ קנעפּל, פֿאָרן און רעדן. פֿונעם טאַשן־טעלעפֿאָנדל אָדער „בלו־טוט‟, קענט איר זיך דערוויסן וועגן אײַער געזונט־צושטאַנד, די פּאָליטישע נײַעס פֿון די אַרבע־פּינות־העולם, נסים־ונפֿלאות, קרבנות, כּוונות, רעיונות, שגעונות און אַלץ ווי נאָר מ’גיט אַ קוועטש אַ קנעפּל אויף דער פֿאַרכּישופֿטער צאַצקע, וואָס מען רופֿט „אײַ־פֿאָון‟ אָדער „סמאַרט פֿאָון‟.