ייִדן און זײערע שכנים אין אַלטער װילנע

Jews and Their Neighbors in Old Vilna

דאָס בוך פֿון דײװיד פֿריק „קרובֿים, חבֿרים און שכנים: עדות און אמונות אין װילנע אינעם 17טן יאָרהונדערט‟
דאָס בוך פֿון דײװיד פֿריק „קרובֿים, חבֿרים און שכנים: עדות און אמונות אין װילנע אינעם 17טן יאָרהונדערט‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 06, 2015, issue of October 02, 2015.

ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין װילנע רעלאַטיװ שפּעט, און ביזן 17טן יאָרהונדערט איז די שטאָט ניט געװען די גרעסטע אָדער װיכטיקסטע ייִדישע קהילה אין דער ליטע. דער „ועד מדינת ליטא‟, דער העכסטער אָרגאַן פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמיע, איז לכתּחילה באַשטאַנען בלױז פֿון דרײַ קהילות: בריסק, גראָדנע און פּינסק. װילנע איז אַרײַן אינעם ועד ערשט אין 1652. מיט װאָס זשע איז פֿאַרבונדן דער שם פֿון װילנע װי „ירושלים ד’ליטא‟, די הױפּטשטאָט פֿונעם ייִדישן גלות? אַװדאי, האָט דאָס צו טאָן מיט די באַרימטע הכמים, למדנים, רבנים און ישיבֿות, װאָס זײַנען געװען אין װילנע, בפֿרט דער גאון ר’ אליהו; אָבער װאָס זײַנען געװען די היסטאָרישע יסודות פֿאַר אַזאַ אױפֿבלי?

אַ שטיקל ענטפֿער אױף דער דאָזיקער פֿראַגע קאָן מען געפֿינען אינעם בוך פֿון דײװיד פֿריק „קרובֿים, חבֿרים און שכנים: עדות און אמונות אין װילנע אינעם 17טן יאָרהונדערט‟ (2013). אין אונטערשיד צו די פּױלישע הױפּטשטעט, קראָקע און װאַרשע, האָבן ייִדן געהאַט װױנרעכט אין אַלע טײלן פֿון װילנע, בפֿרט אינעם צענטער. אַזױ אַרום האָבן ייִדן פֿון סאַמע אָנהײב אָן געלעבט צװישן קריסטן, און דאָס האָט געשאַפֿן נענטערע שכנישע, הגם ניט תּמיד פֿרײַנדלעכע, באַציִונגען. דער צװײטער סימן־מובֿהק פֿון דער שטאָט װילנע איז געװען איר געמישטער כאַראַקטער. להיפּוך צו פּױלן, װאָס איז געװען לרובֿ קאַטױליש, זײַנען אין ליטע געװען פֿאַרשידענע קריסטלעכע עדות: גריכישע אָרטאָדאָקסן, אוניאַטן, װי אױך פּראָטעסטאַנטן פֿון צװײ מינים. דערצו דאַרף מען נאָך צוגעבן טאָטערן־מוסולמענער.

פֿריק הײבט אָן זײַן בוך מיט אַ פּרטימדיקן איבערזיכט פֿון װילנער גאַסן אױפֿן סמך פֿון אַן אוניקאַלן היסטאָרישן דאָקומענט. װען דער קעניג פֿון דער פּױליש־ליטװישער מלוכה האָט באַזוכט די הױפּטשאָט פֿונעם ליטװישן גרױס־פֿירשטנטום, האָט מען געדאַרפֿט געפֿינען דירות פֿאַר זײַן ריזיקן הױף מיט זײערע דינער. לױטן געזעץ, האָבן די תּושבֿים פֿון דער שטאָט געמוזט אױפֿנעמען די חשובֿע געסט אין זײערע הײַזער. פֿאַר דעם האָט דער קעניגלעכער קװאַרטיר־מײַסטער געדאַרפֿט באַקוקן אַלע הײַזער און אָפּשאַצן די קװאַליטעט פֿון די װױנונגען. זײַנע רשימות פֿאַרמאָגן אַ ים מיט זײער װערטפֿולע פּרטים װעגן די באַדינגונגען אין די װילנער הײַזער פֿון יענער צײַט.

אַ היפּשע צאָל ייִדן האָבן געלעבט אין דער דרײַעקיקער געגנט צװישן דער דײַטשער, יאַטקעװער און ייִדישער גאַס. אָבער קײן „געטאָ‟ איז אין װילנע ניט געװען, און אַ צאָל ייִדן האָבן געװױנט אױך אױף אַנדערע גאַסן. די פּױלישע קעניגן האָבן עטלעכע מאָל געפֿאָדערט, אַז ייִדן זאָלן זיך אַריבערציִען אין דער געגנט אַרום דער ייִדישער גאַס, אָבער לכאורה האָט מען די דאָזיקע באַפֿעלן ניט געפֿאָלגט, װײַל מען האָט זײ איבערגעחזרט עטלעכע מאָל. די געגנט אַרום דער ייִדישער גאַס איז תּמיד געװען אַ געמישטע, מיט ייִדישע און קריסטלעכע אײַנװױנער. אױף דער דײַטשער גאַס האָבן געלעבט אַ היפּשע צאָל קריסטן־לוטעראַנער, װאָס האָבן געהערט צו דער פּראָפֿעסיאָנעלער עליט פֿון דער שטאָט — דאָקטױרים, יוריסטן, אַפּטײקער וכדומה.

הגם ייִדן האָבן צומאָל געדונגען דירות בײַ קריסטן, זײַנען די באַציִונגען צװישן די עדות ניט תּמיד געװען פֿרײַנדלעכע. פֿריק באַמערקט, אַז „עס זײַנען פֿאַראַן ראַיות װאָס װײַזן, אַז די קאָנפֿליקטן צװישן די רוטענער [דאָס הײסט, קריסטן פֿון דער גריכיש־אָרטאָדאָקסישער און גריכיש־קאַטױלישער אמונה] זײַנען געװען שאַרפֿער, אײדער צװישן די ייִדן און אַנדערע קריסטלעכע עדות.‟ עס איז מערקװירדיק, אַז צומאָל האָבן דװקא די ייִדן אָנגעהױבן אַ קאָנפֿליקט, אָבער אָפֿטער איז געװען, אַז די רוטענער זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף ייִדן.

געװאַלד, שרײַבט פֿריק, איז געװען „אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿונעם צוזאַמענלעבן פֿון פֿאַרשידענע גרופּעס אין װילנע‟. דער באַגריף פֿון „טאָלעראַנץ‟ האָט אין יענער צײַט ניט געהאַט קײן װערט, אָבער דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אין דער געמישטער סבֿיבֿה האָט אַזױ אָדער אַנדערש געשטופּט אַלע צדדים צו אַ פּשרה. אַלע תּושבֿים האָבן געהאַט געװיסע לעגאַלע רעכט אומאָפּהענגיק פֿון זײער רעליגיעזן גלױבן, הגם די קאַטאָליקן האָבן געהאַט כּלערלײ פּריװילעגיעס.

קלענערע אָדער גרעסערע פּאָגראָמען פֿלעגן רעגולער אױסברעכן, געװײנטלעך אַרום פּסח־צײַט, װען די קריסטן האָבן זיך דערמאָנט אין די ייִדנס „שולד‟ קעגן קריסטוסן. ייִדן האָבן זיך כּסדר באַקלאָגט אינעם שטאָטישן געריכט, װאָס האָט אױסגעפֿאָרשט דעם ענין. די סאַמע הײסע אַנטיסעמיטן זײַנען געװען די תּלמידים פֿון קריסטלעכע גלחים־סעמינאַרן, װי אױך כּלערלײ גאַסן־לײַט; אָבער צומאָל האָבן זײ באַקומען שטיצע פֿון בכּבֿודיקע בעלי–בתּים. די ייִדן זײַנען ניט געװען די אײנציקע קרבנות פֿון גאַסן־געװאַלד. צומאָל, זײַנען די קאַטאָליקן אָנגעפֿאַלן אויף די פּראָטעסטאַנטן אָדער אָרטאָדאָקסן, צומאָל פֿאַרקערט. די װילנער גאַסן זײַנען קײן מאָל ניט געװען אַ זיכער און רויִק אָרט, אָבער אַזױ אָדער אַנדערש האָט זיך די שטאָטישע באַפֿעלקערונג געגעבן אַן עצה און געהיט די אָרדענונג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.