אײַנדרוקן נאָך אַ קורצן באַזוך אין רוסלאַנד

Impressions After a Short Visit to Russia

אַן אויסבליק אויף מאָסקווע, 2015
Karina Falb
אַן אויסבליק אויף מאָסקווע, 2015

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 09, 2015, issue of October 02, 2015.

איך האָב זיך נאָר וואָס אומגעקערט פֿון רוסלאַנד. די פֿיר טעג זײַנען זייער גיך דורכגעלאָפֿן אין מאָסקווע, און צוויי — אין פּעטערבורג. הײַנט, דאַכט זיך, מער ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן, איז כּדאַי צו פֿאָרן קיין רוסלאַנד. ערשטנס, ווער ווייסט, ווי אַזוי די געשיכטע וועט זיך דאָרט אַ קערעווע טאָן? אפֿשר וועט דאָס לאַנד ווערן אין גאַנצן איזאָלירט, און דאָס איז דער לעצטער שאַנס זיך דורכשפּאַצירן איבער באמת אינטערעסאַנטע שטעט. צווייטנס, איז דער רובל אַזוי אָפּגעשוואַכט געוואָרן, אַז אַפֿילו אַזאַ משוגע טײַערע שטאָט ווי מאָסקווע, זעט אויס ניט געפֿערלעך.

בעת אַ גאַנץ באַשיידענער ניו־יאָרקער האָטעל אין אַ לײַטישער געגנט, לאָמיר זאָגן, וואַשינגטאָן סקווער, וווּ איך האָב דעם זומער פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג, האָט געקאָסט בערך 300 דאָלאַר אַ נאַכט, האָבן מײַן ווײַב און איך באַצאָלט בערך 160 דאָלאַר אַ נאַכט (מיט זייער אַ גוטן פֿרישטיק) פֿאַר אַ לוקסוס־האָטעל, וואָס געפֿינט זיך געציילטע מינוטן צו פֿוס פֿון דעם „באָלשוי‟־טעאַטער צי פֿון דעם „רויטן פּלאַץ‟.

און דאָך, זעט מען אין מאָסקווע ווייניק אויסלענדישע טוריסטן, בפֿרט פֿון אייראָפּע און אַמעריקע. דאָס איז כאַראַקטעריסטיש ניט נאָר פֿאַר מאָסקווע. אין פּעטערבורג איז דער שטראָם פֿון די אויסלענדישע טוריסטן געוואָרן אויף 40—45 פּראָצענט קלענער ווי אין 2014. דער מצבֿ איז אַ ביסל בעסער מיט די טוריסטן פֿון אַזיע. אין דער „טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע‟, וווּ עס זײַנען אַרויסגעשטעלט בילדער און אַנדערע ווערק פֿון באַרימטע רוסישע קינסטלער, האָבן מיר געזען נאָר צוויי אויסלענדישע גרופּעס — פֿון כינע און ישׂראל.

אַ סבֿרא, אַז עס שפּילט אַ ראָלע דער פֿאַקט, וואָס סײַ די כינעזער און סײַ די ישׂראלים נייטיקן זיך ניט אין קיין רוסישע וויזעס. אָבער די פּרעסע טענהט, אַז די אייראָפּעער און אַמעריקאַנער קומען ניט, דער עיקר, צוליב דעם אַלגעמיינעם פּאָליטישן קלימאַט, אין וועלכן רוסלאַנד זעט איצט אויס ווי אַ געפֿערלעך אָרט. איך מוז זאָגן, אַז קיין שום סכּנה האָב איך ניט געפֿילט. פֿאַרקערט, מענטשן זײַנען געווען זייער פֿרײַנדלעך. אמת, מיך האָט מען דאָך, בדרך־כּלל, אויפֿגענומען פֿאַר אַ היגן תּושבֿ — מײַן רוסיש איז פֿאַר די יאָרן ניט פֿאַרזשאַווערט געוואָרן. מיר דאַכט זיך, אָבער, אַז די ביז גאָר שלעכטע באַציִונג פֿון די רוסן צו דער מערבֿדיקער וועלט, בפֿרט צו אַמעריקע, האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו זייער באַציִונג צו אַ יחיד, וואָס איז געקומען פֿון יענע מקומות.