אַ לעבן לאַנג אין שול

A Lifetime in School

איציק בלימאַן נאָך דער סיום־צערעמאָניע אין אָקספֿאָרד, אױגוסט 2014
איציק בלימאַן נאָך דער סיום־צערעמאָניע אין אָקספֿאָרד, אױגוסט 2014

פֿון איציק בלימאַן

Published September 13, 2015, issue of October 02, 2015.

דער אָנהײב פֿונעם נײַעם לערן־יאָר איז מיר שטענדיק אַ שטיקל יום־טובֿ: יעדן האַרבסט קוק איך אַרױס אױף נײַע קורסן, נײַע לערערס און נײַע פּנימער אין די קלאַסן און קאָרידאָרן פֿונעם אוניװערסיטעט. אָבער לעצטנס, װען סע האָבן זיך אָנגעהױבן די לימודים אין ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, איז עס פֿאַר מיר געװען נאָך אַ גרעסערער יום־טובֿ װי געװײנטלעך: אויב רעכענען לױט דער אַמעריקאַנער דערציִונג־סיסטעם )קינדערגאָרטן, ערשטער קלאַס, צװײטער קלאַס, אאַז״װ) בין איך איצט אַרײַן אין… צװאַנציקסטן קלאַס. איך האַלט, אַז צו אַזאַ יובֿל איז כּדאַי זיך אָפּצוגעבן אַ חשבון־הנפֿש פֿאַר דעם, װאָס איך האָב זיך אױסגעלערנט, מײנסטנס, װעגן זיך אַלײן.

געלערנט האָב איך זיך אָן אַן איבעררײַס: איך האָב פֿאַרענדיקט צװעלף יאָר (פּלוס קינדערגאָרטן) אין עפֿנטלעכע לאָס־אַנדזשעלעסער שולן, פֿיר יאָר אין סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט, אַ יאָר אין אָקספֿאָרד אױף אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם אין ייִדיש, און צװײ יאָר װי אַ דאָקטאָראַנט אין לינגװיסטיק. הײסט עס, איך בין אַ סטודענט (צי אַ תּלמיד) מײַן גאַנץ לעבן. קײן אַנדער װעג קען איך נישט.

די פּסיכאָלאָגן זאָגן, אַז ס’רובֿ דערװאַקסענע געדענקען נישט, װאָס ס’איז מיט זײ געשען אײדער זײ זענען אַלט געװאָרן צען יאָר. אין דעם פּרט בין איך נישט קײן אױסנעם. מײַנע פֿריסטע זכרונות זענען פֿאַרבונדן מיט דער עלעמענטאַר־שול: די נעמען פֿון מײַנע לערערס און געצײלטע חבֿרים, די זיץ־ערטער אױפֿן אױטאָבוס, דאָס עסן װאָס די מאַמע פֿלעג מאַכן און אַרײַנלײגן אין שפּײַזרענצל. פֿאַרשטײט זיך, אַז די שול פֿיגורירט אין אַ סך פּרטים, װאָס איך געדענק פֿון די שפּעטערע קינדער־יאָרן אױך.

אין משך פֿון די פֿאַרלאָפֿענע 20 יאָר האָט זיך אַ סך געביטן אין מײַן לעבן װי אַ תּלמיד. איך דערמאָן זיך, װען איך בין צום ערשטן מאָל געזעסן פֿאַר אַ קאָמפּיוטער אין קלאַס און זיך געלערנט מאַטעמאַטיק פֿון אַ קאָמפּיוטער־שפּיל, װאָס איז דעמאָלט געװען אױף אַ „בײגעװדיסק“ (בלע”ז, floppy disk; דער נעאָלאָגיזם, אַ פֿירגעלײגטער אין „ייִדישע שפּראַך“ אין די 1980ער יאָרן, איז אַרױס פֿון באַניץ צוזאַמען מיט דער טעכנאָלאָגיע גופֿא). פֿאַר אַ יאָרן האָב איך זיך אױסגעלערנט װי אַזױ צונױפֿצושטעלן סטאַטיסטישע מאָדעלן אין „R“, אַ פּראָגראַמיר־שפּראַך, װאָס װערט געניצט אױף צו אַנאַליזירן די קװאַנטיטאַטיװע דאַטעס. די טעכנאָלאָגיע איז געװאָרן נאָך גיכער, קלענער און ביליקער װי מע װאָלט זיך געקענט פֿאָרשטעלן אין די 1990ער. אָבער צוליב מײַנע פֿריסטע דערפֿאַרונגען מיט יענע פֿאַרעלטערטע טעכנאָלאָגיעס, בין איך געװען גרײט װײַטער צו אַנטװיקלען מײַנע קענטענישן און פֿעיִקײטן אין קאָמפּיוטערײַ.