ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

מיקאָלײַ גרינבערג
מיקאָלײַ גרינבערג

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 09, 2015, issue of October 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

יוסטינאַ סאָבאָלעסקאַ באַמערקט אין דער „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, אַז טוקאַראַטשוק שרײַבט אינעם סטיל פֿון די גרויסע ראָמאַניסטן פֿון 19טן יאָרהונדערט. זי שילדערט „פּאַנאָראַמיש, מיט אַ סך בכּיוונדיקע דיגרעסיעס‟. עס ווײַזט זיך אויס, אַז עס זענען דאָ גענוג לייענער, וואָס זענען מסוגל צו פֿאָלגן הײַנט צו טאָג אַזאַ מין ברחבֿותדיקן סטיל.

טוקאַרטשוק באַשרײַבט אין איר בוך די ייִדישע געזעלשאַפֿט נאָך פֿאַר דער השׂכּלה און די אינטעגראַציע צווישן די ייִדן און די דעמאָלטיקע דעה-זאָגער אין פּוילן — די אַריסטאָקראַטן און די קירך. ווי מען האָט עס שוין אָפֿט מאָל געזאָגט, צו באַקענען זיך מיט דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן, איז איינער פֿון די בעסטע און טשיקאַווסטע אופֿנים צו באַקענען זיך מיט דער געשיכטע פֿון פּוילן בכלל.

די ישׂראל־חוצפּה שטעקט אַרויס

דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע האָט געהאַקטע צרות פֿון די ישׂראלדיקע וועגווײַזער אָדער פֿירער, וואָס קומען מיט די טוריסטן־גרופּעס פֿון ישׂראל. ראשית־כּל, ווייסן זיי נישט, וואָס דאָס מיינט צו זײַן פּינקטלעך. ווען זיי דאַרפֿן אָנקומען מיט אַ גרופּע, למשל, דרײַ אַ זייגער נאָכמיטאָג, באַווײַזן זיי זיך האַלב פֿיר, אָדער פֿיר, און פֿאַר וואָס נישט — אַפֿילו האַלב פֿינעף. זיי מאַכן פּשוט חוזק פֿונעם גראַפֿיק, וואָס דער מוזיי גרייט צו. אין אַ מוזיי, וווּ הונדערטער צושויער געפֿינען זיך אין איינעם אויף איין אָרט, מאַכט עס דאָס לעבן שווער פֿאַר אַלע.

נאָך אַ זאַך. דאָס רובֿ מוזייען, און דער ייִדישער מוזיי איז נישט קיין אויסנאַם, האָבן אייגענע מוזיי-פֿירער. ווער סע גייט אין לוּווער, למשל, דאַרף פֿאָלגן די פֿירער, וואָס אַרבעטן אויפֿן אָרט. דער בריטישער מוזיי איז אויך נישט קיין הפֿקר פּעטרישקע, וווּ יעדער איינער קען פֿירן די טוריסטן ווי ער פֿאַרשטייט.