ניו־יאָרק שאַפֿט אָפּ דעם געזעץ וועגן מציצה־בפּה

NYC Repeals Circumcision Regulations

אַ טראַדיציאָנעלע אָרטאָדאָקסישע ברית־מילה
Getty Images
אַ טראַדיציאָנעלע אָרטאָדאָקסישע ברית־מילה

פֿון ייִט״אַ

Published September 11, 2015, issue of October 02, 2015.

דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ראַט פֿאַר געזונט־פֿאַרהיטונג האָט אָפּגעשאַפֿן דעם געזעץ, לויט וועלכן די עלטערן האָבן געדאַרפֿט אונטערשרײַבן אַ ספּעציעלן דאָקומענט, כּדי צו באַקומען אַ דערלויבעניש דורכצופֿירן די מציצה־בפּה בײַם ברית. מיטוואָך, דעם 9טן סעפּטעמבער, האָבן 9 מיטגלידער פֿונעם ראַט אָפּגעשטימט מבֿטל צו זײַן דעם דאָזיקן געזעץ; איין מיטגליד איז געווען קעגן און נאָך איינער האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער באַראַטונג.

דער פֿריִערדיקער מעיאָר פֿון ניו־יאָרק, מײַקל בלומבערג, האָט אײַנגעפֿירט דעם געזעץ אינעם יאָר 2012, ווען עס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט די קלאַנגען, אַז 11 קינדער, במשך פֿונעם פּעריאָד פֿון 2004 ביז 2011, זענען אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן הערפּעס־ווירוס צוליב דעם, וואָס דער מוהל האָט בעת זייער ברית־מילה דורכגעפֿירט דעם סתּירותדיקן ריטואַל. צוויי פֿון די קינדער זענען געשטאָרבן און נאָך צוויי זענען געוואָרן אינוואַלידן מיט אַ צעשעדיקטן מוח.

דער דעפּאַרטאַמענט פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג איז חושד, אַז אינעם יאָר 2014 זענען געשען נאָך פֿיר פֿאַלן פֿון הערפּעס־אָנשטעקונג צוליב דער מציצה־בפּה, און אַז זינט 2000, זענען, בסך־הכּל געשען 17 אַזעלכע אינצידענטן. למעשׂה, האָט די שטאָטישע רעגירונג אָבער כּמעט קיינמאָל נישט געצוווּנגען די עלטערן צו פֿאָלגן דעם געזעץ. אַנשטאָט דעם, האָט די מוניציפּאַליטעט באַשלאָסן, אַז ס׳איז וויכטיקער צו אָרגאַניזירן בילדונג־פּראָגראַמען, כּדי צו דערקלערן די פֿרומע משפּחות די סכּנה פֿונעם הערפּעס־ווירוס און אַנדערע מעדיצינישע פּראָבלעם, וואָס דער דאָזיקער ריטואַל קאָן גורם זײַן.

אין אַ סך חרדישע קהילות, זויגט דער מוהל אויס מיט זײַן מויל אַ טראָפּן בלוט פֿונעם נאָר־וואָס געמלטן קינד; אין מער מאָדערנע קהילה טוט מען עס מיט אַ סטערעליזירטן מכשיר. הגם דער דאָזיקער ריטואַל, מציצה־בפּה, האָט טראַדיציאָנעל געדינט דווקא פֿאַר היגיענישע צוועקן, גלייבן די הײַנטיקע מעדיצינישע אינסטאַנצן, אַז ס׳איז אומהיגיעניש און קאָן אָנשטעקן דאָס קינד מיטן הערפּעס־ווירוס, וואָס פֿאַר אַ קליין עופֿעלע קאָן זײַן זייער מסוכּן.

אין אויגוסט, האָט אַ פֿעדעראַל אַפּעלאַציע־געריכט גערופֿן צו באַטראַכטן פֿון ס׳נײַ דעם ניו־יאָרקער שטאָטישן געזעץ וועגן מציצה־בפּה. די פֿעדעראַלע רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן גאַראַנטירן די פֿרײַהייט פֿון רעליגיע, להיפּוך צום אָפּגעשאַפֿענעם אָרטיקן געזעץ וועגן דעם ספּעציעלן דאָקומענט. מע גיט איבער, אַז דער הײַנטיקער מעיאָר פֿון ניו־יאָרק, ביל דע בלאַזיאָ, האָט געדרוקט אויף די שטאָטישע אינסטאַנצן און געפֿאָדערט מבֿטל צו זײַן די דאָזיקע רעגולאַציע, כּדי צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיטן פֿרומען ייִדישן ציבור.