ס׳רובֿ ישׂראלדיקע ייִדן האַלטן, אַז איראַן באַדראָט איר עקזיסטענץ

Most Israeli Jews See Iran as Existential Threat

דער איראַנישער אַיאַטאָלאַ כאַמייני האָט לעצטנס פֿאָרויסגעזאָגט, אַז ישׂראל וועט אין 25 יאָר אַרום שוין מער נישט עקזיסטירן
דער איראַנישער אַיאַטאָלאַ כאַמייני האָט לעצטנס פֿאָרויסגעזאָגט, אַז ישׂראל וועט אין 25 יאָר אַרום שוין מער נישט עקזיסטירן

פֿון ייִט״אַ

Published September 11, 2015, issue of October 02, 2015.

כּמעט צוויי־דריטל פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן זענען מסכּים מיטן פּרעמיער בנימין נתניהו, אַז דער נוקלעאַרער אָפּמאַך מיט איראַן באַדראָט די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה.

לויטן „שלום־אינדעקס‟, אַ טעלעפֿאָנישע אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿונעם „אינסטיטוט פֿון דעמאָקראַטיע אין ישׂראל‟ בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, דעם 30סטן און 31סטן אויגוסט, האָבן 73% ישׂראלדיקע ייִדן מסכּים געווען מיט נתניהוס שטעלונג לגבי דעם איראַנישן נוקלעאַרן אָפּמאַך, וואָס זאָגט צו אָפּצושטעלן געוויסע סאַנקציעס אויב איראַן וועט אײַנהאַלטן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם, און 78% האַלטן, אַז איראַן וועט נישט דורכפֿירן אירע התחייבֿותן, וואָס דער אָפּמאַך פֿאָדערט בײַ איר.

די אַראַבישע ישׂראלים האָבן אַ מער פֿאַרשידנאַרטיקע שטעלונג צום אָפּמאַך. 35% האַלטן, אַז איראַן וועט נישט דורכפֿירן אירע פֿליכטן; 30% זאָגן, אַז זי וועט זיי יאָ דורכפֿירן, און 34% האָבן נישט אויסגעדריקט קיין מיינונג. 45% אַראַבישע ישׂראלים זאָגן, אַז דער איראַן־אָפּמאַך באַדראָט נישט ישׂראלס עקזיסטענץ.

כּמעט אַ העלפֿט פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן האַלטן, אַז נתניהוס קאַמף קעגן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך, וועט שטערן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בעת 37% זאָגן, אַז עס וועט נישט באַווירקן די באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער.

לויט דער אַנקעטע האָט זיך אַרויסגעוויזן אַ שאַרפֿער אונטערשייד צווישן דער מיינונג פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג און די מיטגלידער פֿון דער לינק־געשטימטער „מרץ‟־פּאַרטיי, וואָס 90% פֿון זיי האָבן געזאָגט, אַז דער אָפּמאַך מיט איראַן באַדראָט נישט ישׂראלס עקזיסטענץ.

די אַנקעטע האָט אויך אַנטפּלעקט אונטערשיידן צווישן די ייִדן און אַראַבער אין ישׂראל, וואָס שייך די רעזולטאַטן פֿון דער ישׂראלדיקער מלחמה אין עזה פֿאַראַיאָרן: 80% ישׂראלדיקע ייִדן האַלטן, אַז ישׂראלס באַשלוס אָנצוהייבן די מלחמה איז געווען באַרעכטיקט, בעת 69% ישׂראלדיקע אַראַבער האַלטן, אַז ס׳איז נישט געווען באַרעכטיקט.

אין דער אַנקעטע האָבן זיך באַטייליקט 600 מענטשן.