„אַפּיקורסות‟ אין איסלאַם

“Heretic” According to Islam

אַיאַאַן הורסי אַלי און איר בוך „הערעטיקער‟
Getty Images
אַיאַאַן הורסי אַלי און איר בוך „הערעטיקער‟

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 11, 2015, issue of October 02, 2015.

שפּעט בײַ נאַכט האָב איך דערזען צום ערשטן מאָל אויף דער טעלעוויזיע „די ביל מאַהער שאָו‟, אַ חבֿרה־מאַן, וואָס פֿירט אָן מיט דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, מיט פֿאַרבעטענע געסט, וועלכע האַלטן פּאָליטישע דיסקוסיעס. ער איז דער זעלביקער פּאַרשוין, וואָס האָט אונדז צוגעשטעלט דעם פֿילם Religionless, (אָן רעליגיע), וווּ ער קומט צום אויספֿיר, אַז אַלע רעליגיעס פֿאַרפֿירן און פֿאַרטשאַדען די מוחות פֿון זייערע מאַסן. איינע פֿון מאַהערס געסט איז געווען די הויכע, בילד-שיינע פֿרוי, אַיאַן הירסי אַלי, אַ געבוירענע אין סאָמאַליע, אויסגעוואַקסן אין סאַודי־אַראַביע, אין עטיאָפּיע און אין קעניע, אין אַ משפּחה פֿון פֿאַרביסענע איסלאַמיסטן, אונטער טיראַנישע סולטאַנען און באַרבאַרישע פֿונדאַמענטאַליסטן.

הירסי אַלי איז אַדורכגעגאַנגען די שבֿע־מדורי־גיהנום אין איר לעבן, אַרײַנגערעכנט פֿרויען־מוטילאַציע (אויסשנײַדן פֿרויען קליטאָריס), אַדורכגעמאַכט אַ געצוווּנגענע חתונה, ברוטאַלע קלעפּ, און איז אַרויס דערפֿון אַ מערקווירדיקע פֿרוי: אַ מחברטע פֿון אַ צאָל ביכער, כּסדר אויף דער „בעסטסעלער‟־ליסטע פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.

אין 1992 האָט זי אויסגעפּועלט אַזיל־רעכט אין האָלאַנד און זיך דאָרט באַזעצט. צו אירע 22 יאָר איז זי באַשטימט געוואָרן ווי אַ מיטגליד פֿון האָלענדישן פּאַרלאַמענט. זי האָט זיך אויך אויסגעצייכנט ווי אַ פּראָמינענטע לעקטאָרין, זשורנאַליסטקע, און פּעדאַגאָגין. דער „טײַמס מאַגאַזין‟ האָט זי אויסגעקליבן ווי איינע פֿון די אײַנפֿלוסרײַכסטע מענטשן אויף דער וועלט. זי איז הײַנט צו טאָג אַ פּראָפֿעסאָרין אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט. דאַכט זיך, קיין גרעסערן ייִחוס קען מען זיך נישט צושנײַדן.

ווען איך האָב זי געהערט רעדן וועגן איר פּליטה פֿון איסלאַם, די ראַדיקאַלע רעליגיע מיט וועלכער זי איז אויסגעוואַקסן, וווּ מען האָט אין איר אַרײַנגעפּאָמפּעט טאָג און נאַכט די דאָקטרינע פֿונעם קאָראַן, וואָס פּרעדיקט, אַז יעדער פֿאַררעטער, הערעטיקער, אָפּנײַגער, און אומגלייביקער אין די געזעצן פֿון שאַריאַ און האַדיט, מוז באַצאָלן מיטן לעבן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, האָב איך גלײַך געמוזט לייענען אירע צוויי ביכער, „הערעטיק‟, (אַפּיקורס) און „אינפֿידעל‟ (פֿאַררעטער).

אין איר בוך „הערעטיק‟ (אַפּיקורס) באַמערקט זי, אַז ווי נאָר פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אויסדערוויילט געוואָרן ווי דער ערשטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין אַמעריקע און באַשאָנקען געוואָרן מיט דער נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר שלום, איז ער צום אַלעם ערשטן אַוועק קיין עגיפּטן האַלטן אַ ברודערלעכע אָראַטאָריע, נעמלעך, אַז איצט קענען מיר אַלע, סײַ דער מערבֿ און סײַ די מוסולמענער שליסן שלום, ווערן גוטע ברידער און עסן פֿון איין שיסל אין דער סוכּה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.