די פֿאַרגעסענע ייִדישע געשיכטעס וועגן 9/11

The Forgotten Jewish Stories of Sept. 11

דער צווילינג־טורעם אין ניו־יאָרק, דעם 11טן סעפּטעמבער 2011
Gene Boyars/AP Images
דער צווילינג־טורעם אין ניו־יאָרק, דעם 11טן סעפּטעמבער 2011

פֿון גייב פֿרידמאַן (ייִט״אַ)

Published September 11, 2015, issue of October 02, 2015.

יעדעס יאָר מערקט מען אָפּ דעם 11טן סעפּטעמבער אין אַ צאָל שילן, ייִדישע שולן און אַנדערע עפֿנטלעכע ערטער איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אָבער הײַנט, 14 יאָר נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע, האָבן ס׳רובֿ מענטשן שוין פֿאַרגעסן יענע עלעמענטן, וואָס זענען געווען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קהילה. אָט זענען פֿינף פֿון זיי.

1. ייִדישע אַלמנות, וואָס זענען פֿאַרבליבן עגונות

דער „נאַציאָנאַלער יוסטיץ־אינסטיטוט‟ האָט באַצייכנט די אַרבעט פֿון אידענטיפֿיצירן די קרבנות פֿונעם 11טן סעפּטעמבער ווי „די שווערסטע קרימינעלע אויספֿאָרשונג, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט אַ מאָל געדאַרפֿט דורכפֿירן‟. צוליב דעם וואָס אַ סך פֿון די מתים זענען קיין מאָל נישט געפֿונען געוואָרן, זענען אַ צאָל ייִדישע פֿרויען, וואָס זייערע מענער האָבן געאַרבעט אינעם וועלטהאַנדל־צענטער, פֿאַרבליבן אַגונות; זיי קענען נישט ווידער חתונה האָבן, ווײַל דער בית־דין האָט נישט געפֿונען גענוג ראיות, אַז זייערע מענער זענען אומגעקומען.

כּמעט 1,600 קרבנות פֿון די אַטאַקן זענען מיט דער צײַט אידענטיפֿיצירט געוואָרן, אָבער 1,100 — נישט, און אַ טייל פֿון די נישט־אידענטיפֿיצירטע זענען געווען ייִדישע חתונה־געהאַטע מענער.

2. די ייִדן האָבן געמישטע געפֿילן וועגן דעם בויען אַ מעטשעט לעבן „גראַונד זיראָ‟

ווען אַ גרופּע מוסולמענער האָט פֿאָרגעלייגט צו עפֿענען אַן איסלאַמישן קולטור־צענטער לעבן „גראַונד זיראָ‟ אין 2009, האָט עס אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן מצד אַ צאָל אַמעריקאַנער, וואָס זענען נאָך אַלץ געווען טראַוומירט פֿונעם אַטאַק. אַפֿילו עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס פֿאַרטיידיקן, געוויינטלעך, די מוסולמענער אין פֿראַגעס פֿון רעליגיעזער פֿרײַהייט, זענען נישט געווען צופֿרידן מיט דעם פּלאַן. די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ האָט זיך תּיכּף אַנטקעגנגעשטעלט, און דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ האָט אויך אויסגעדריקט זאָרג וועגן דעם פֿאָרלייג.

3. בין לאַדען האָט באַשולדיקט די „אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקע אַליאַנץ‟ אינעם אַטאַק

אין 2007 האָט אָסאַמאַ בין לאַדען פֿון זײַן באַהעלטעניש דערקלערט אויף אַ ווידעאָ, אַז די אַטאַקן אין מאַנהעטן זענען געווען אַן ענטפֿער אויף „די הריגות פֿון אונדזער פֿאָלק אין פּאַלעסטינע און לבֿנון מצד דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער אַליאַנץ… און איך טראָג טאַקע דאָס אַחריות פֿאַר די אַטאַקן.‟

4. צוויי ייִדן האָבן פּלאַנירט אַ נקמה־אַקציע

דרײַ חדשים נאָכן 11טן סעפּעמבער, זענען צוויי מיטגלידער פֿון דער מיליטאַנטישער „ייִדישער שוץ־ליגע‟ באַשולדיקט געוואָרן אינעם פּלאַנירן אַן אָפּעראַציע, אויפֿצורײַסן מוסולמענישע צילן אין דרום־קאַליפֿאָרניע, אַרײַנגערעכנט דעם ביוראָ פֿונעם רעפּובליקאַנער קאָנגערסמאַן דאַרעל איסאַ, וואָס שטאַמט פֿון לבֿנון.

5. דער אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם

לויט די אַנקעטעס האָבן די אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער אַרויסגערופֿן שׂינאה און ראַסיזם קעגן די אַמעריקאַנער מוסולמענער, אָבער במשך פֿונעם יאָר נאָכן אַטאַק, האָט די „אַנטי־דעפֿאַמאַליע ליגע‟ אויך באַמערקט, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז געשטיגן מיט 11%. דער דירעקטאָר, אייב פֿאַקסמאַן, האָט דעמאָלט דערקלערט, אַז ס׳רובֿ פֿון דער וועלט „האַלט, אַז ישׂראל טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן 9/11/.‟