ייִדישע מוזיק לכּבֿוד דעם נײַ־יאָר

Jewish Music for the New Year

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 13, 2015, issue of October 02, 2015.

דאָס לעבן פֿאַר די הײַנטיקע מוזיקער ווערט זיכער שווערער. מע דאַרף בלויז געבן אַ קוק אויף געוויסע וועבזײַטלעך, קען מען שוין פֿון דאָרטן אַראָפּלאָדן אומזיסט די נײַסטע רעקאָרדירונגען, און די קינסטלער, וואָס האָבן געשאַפֿן די מוזיק, פֿאַרדינען נישט קיין פּעני דערפֿון. אָבער שאַפֿט מען דען מוזיק צו פֿאַרדינען? במילא, קומען נאָך אַרויס כּסדר נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון ייִדישער מוזיק פֿאַר פֿאַרשיידענע געשמאַקן. וועלן מיר רעצענזירן עטלעכע, לכּבֿוד ראָש־השנה, און אפֿשר וועט איר וועלן פֿאַר זיך פֿאַרשאַפֿן אַ קאָמפּאַקטל און דערבײַ שטיצן אַ ייִדישן מוזיקער.

* * *

אין ישׂראל הײַנט האָט די קאַפּעליע „אוי דיוויזשאָן‟ אַ געטרײַען עולם. דער נאָמען פֿון דער גרופּע איז אַ ווערטערשפּיל אויף אַ באַקאַנטער ענגלישער מוזיק־גרופּע, און דריקט אויס זייער פֿאַרבינדונג מיט ראָק־און־ראָל. אויף זייער רעקאָרדירונג, וואָס הייסט אויך, „אוי דיוויזשאָן‟, הערט מען ייִדישע לידער פֿון פֿאַרשיידענע מינים, אָבער אַלע שפּילן זיך מיט דער ווילדקייט פֿון ראָק־מוזיק. אין עטלעכע לידער הייבט מען אָן פּאַמעלעך, און דער ריטעם ווערט אַלץ גיכער און גיכער. מע קען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן ווי דער יונגער עולם וועט זיך צעטאַנצן בײַ אַזאַ ריטעם. די מוזיקער שפּילן אויף אַ הויכן ניוואָ, און ס’איז קלאָר, אַז זיי פֿאַרשטייען גאַנץ גוט דעם פֿאָלקישן שטאַם פֿון די לידער, אָבער דאָס באַפֿרידיקט זיי נישט; אַ „פּאָנקישער‟ צוגאַנג ציט זיי מער צו. זיי באַשרײַבן זיך אַליין מיט די ווערטער: „׳אוי, דיוויזשאָן׳ איז פֿון די געציילטע קאַפּעליעס אין ישׂראל, וואָס שפּילט אינעם אַלטן פֿאָלקסטיל פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, באַקאַנט ווי קלעזמער־מוזיק… די מוזיק שפּילן זיי מיט אימפּעט און התפּעלות פֿון ׳פּאָנקס׳.‟ דער פֿידלער און זינגער גרשון לייזערסאָן קען זינגען וווּנדערלעך, און זײַן אויסטײַטש פֿונעם אומבאַקאַנטן קורצן ליד פֿון ש. אַנ־סקי, (מוזיק פֿון לאַזאַ סאַמינסקי) „די נאַכט‟, איז פֿון די בעסטע נומערן אויף דער רעקאָרדירונג.

די לופֿט איז קלאָר, דער הימל ריין,
די נאַכט איז שטיל און פֿול מיט חן.
די שטערן פֿינקלען גרויס און קליין.
דער וועג ווײַזט אויס פֿון מאַרמלשטיין.
אָ שטאַרקער גאָט! דײַן וועלט איז שיין
ווי אַ בריליאַנט אין קייסערס קרוין,
און איך, דײַן זון, ווי פֿון אַ שטיין.
בין אָרעם, עלנט און אַליין.

דער רעפּערטואַר פֿון דער גרופּע נעמט אַרײַן אַן אינטערעסאַנטן אויסקלײַב לידער, צווישן זיי: דאָס סעקאָנד־עוועניו טעאַטער־ליד „וואָס דו ווילסט, וויל איך אויך‟ (פֿון שלום סעקונדע און דזשייקאָב דזשייקאָבס), חסידישע ניגונים, פֿאָלקסלידער און רוסישע לידער. מע פֿילט, אַז די גרופּע טראַכט זיך אַרײַן אין דעם, וואָס און ווי אַזוי זיי שפּילן, און ס’איז נישט סתּם געהוליעט.