ייִדישע גרופּעס אין פֿראַנקרײַך העלפֿן די פּליטים

French Jewish Groups Form Task Force On Refugee Relief

די פּליטים־קינדער אין אַ פֿראַנצויזישער שול, דעם 10טן סעפּטעמבער
Getty Images
די פּליטים־קינדער אין אַ פֿראַנצויזישער שול, דעם 10טן סעפּטעמבער

פֿון ייִט״אַ

Published September 13, 2015, issue of October 02, 2015.

אַ צאָל ייִדישע גרופּעס אין פֿראַנקרײַך, אַרײַנגערעכנט די גרעסטע ייִדישע חסד־אָרגאַניזאַציע אין מערבֿ־אייראָפּע, האָט אונטערגעחתמעט אַ דעקלאַראַציע פֿון פּרינציפּן, לויט וועלכער זיי וועלן קאָאָדינירן די הילף לטובֿת די סירישע פּליטים.

דעם דעקלאַראַציע־פּראָיעקט האָט אָנגעהויבן דער פֿראַנצויזישער הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ. דער דאָקומענט איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם 10טן סעפּטעמבער. לויט דעם אָפּמאַך, וועלן די זעקס באַטייליקטע ייִדישע גרופּעס העלפֿן די פּליטים מיט עצות און רעסורסן, בפֿרט וואָס שייך די אַדמיניסטראַטיווע און מעדיצינישע באַדערפֿענישן.

במשך פֿון די לעצטע וואָכן, זענען צענדליקער טויזנט מענטשן אָנגעקומען אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. די בילדער פֿון די אויסגעמוטשעטע פּליטים, דערציילונגען וועגן זייערע צרות און די שרעקלעכע געשיכטעס וועגן די, וואָס זענען דערטרונקען אָדער דערשטיקט געוואָרן אויפֿן וועג, פּרוּוונדיק אַריבערצוגיין די גרענעץ, רופֿן אַרויס אַ גרויסע רעאַקציע אין אייראָפּע. אַ סך פֿון די פּליטים זענען אַנטלאָפֿן פֿון סיריע צוליב דער בירגערקריג; אַ טייל אַנדערע זענען אָנגעקומען פֿון אָרעמע מיטל־מיזרחדיקע און אַפֿריקאַנער לענדער.

צווישן די אונטערשרײַבער פֿון קאָרסיאַס דעקלאַראַציע זענען די „פֿאַראייניקטע ייִדישע סאָציאַלע פֿאָנדן‟, אַן אָרגאַניזאַציע מיט אַ יערלעכן בודזשעט פֿון בערך 10 מיליאָן דאָלאַר, און דער „פֿראַנצויזישער פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע סטודענטן‟. די דאָזיקע גרופּעס האָבן באַטאָנט, אַז זיי מוזן העלפֿן די פּליטים צוליב דעם ייִדישן פּרינציפּ פֿון תּיקון־עולם.

די פֿראַנצויזישע ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע CRIF האָט נישט אונטערגעשריבן די דעקלאַראַציע, אָבער איבערגעגעבן דעם הויפּט־רבֿ, אַז דער געדאַנק איז אַ גוטער. די קאָאַליציע פֿון זעקס אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן אונטערגעחתמעט דעם דאָקומענטן, קלײַבן זיך אין גיכן אָנהייבן זאַמלען בגדים און פֿאַרשפּרייטן זיי צווישן די קינדער פֿון די מיגראַנטן. די מחברים האָבן אויך געלויבט די פֿראַנצויזישע רעגירונג פֿאַרן באַשלוס אַרײַנצונעמען 24,000 פּליטים.

אין אויגוסט, האָט די בעלגישע לינק־געשטימטע ייִדישע אָרגאַניזאַציע CCLJ גערופֿן די אייראָפּעיִשע רעגירונגען צו העלפֿן מער די פּליטים, אָבער געוואָרנט, אַז צווישן די אַנטלאָפֿענע פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן קאָנען זיך טרעפֿן סכּנותדיקע אַנטיסעמיטן. די האָלענדישע צענטראַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציע האָט אויסגעדריקט אַן ענלעכע פּאָזיציע.