דער אינטערעס פֿון די „פֿריילעכע‟ צו ייִדיש

Gay People's Attraction to Yiddish


פֿון נח באַרעראַ

Published September 17, 2015, issue of October 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

משה, וואָס שטודירט דאָס דריטע יאָר ווי אַ ראַבינער־סטודענט בײַם „היברו יוניען קאָלעזש‟ אין ניו־יאָרק, זעט די ראָלע פֿון אַ ראַבינער ווי אַ שליח פֿון ייִדישער טראַדיציע, וואָס איז דווקא נישט באַגרענעצט מיט פֿרומער ייִדישער טראַדיציע. האַלטנדיק דאָס אין זינען, האָט ער זינט דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר געאַרבעט מיט אַזאַ „פֿריילעכער קהילה‟.

„כאָטש קיינער פֿון זיי איז נישט קיין געבוירענער ייִדיש-רעדער‟, — דערציילט משה ווײַטער, — „האָבן זיי אַלע אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס זיך צו לערנען די ייִדישע שפּראַך. ייִדיש רעפּרעזענטירט דעם אָפּווײַך פֿון דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן. פֿונדעסטוועגן, מיין איך, אַז אַ סך פֿריילעכע לײַט ווערן צוגעצויגן צו ייִדיש, ווײַל ייִדיש-רעדנדיקע קהילות זענען אָפֿטמאָל פֿול מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס, וואָס פּאַסן זיך נישט צו צו אַ געוויסן ייִדישן אופֿן.“

כאָטש משה איז אַליין, אַזוי ווי די דערמאָנטע מענטשן, צוגעצויגן צו ייִדיש צוליב איר סטאַטוס ווי אַ „דערדריקטע“ שפּראַך, האָט ער אין אונדזער שמועס באַטאָנט נאָך אַ וויכטיקע זאַך. „מײַן צוטריט צו ייִדיש, חוץ מײַנע פּראָפֿעסיאָנעלע אינטערעסן, איז געווען טיף פּערזענלעך. מײַנע קרובֿים, באָבע־זיידעס און עלטער־באָבע־זיידעס, האָבן אַלע גערעדט ייִדיש. עס דאַכט זיך מיר, אַז ייִדיש איז אַ טייל פֿון מיר, וואָס קלינגט אפֿשר איראָניש, ווײַל איך בין נאָר אַן אָנהייבער אין דער שפּראַך. איך וויל ממשיך זײַן צו פֿאָרשן ייִדישע ליטעראַטור און טעאַטער, ווי אַן אופֿן ווײַטער צו פֿאַרבינדן זיך מיט דער איבערגעלעבטער, אויטענטישער ייִדישקײט.“

לסוף, עקסיסטירט דער זעלבער אינטערעס צו ייִדיש צווישן „פֿריילעכע גויים‟, כאָטש נישט אַזוי שטאַרק ווי בײַ ייִדן, ווײַל דער גוייִשער אינטערעס האָט נישט קיין משפּחהדיק שײַכות.

„עס איז אַוודאי דאָ אַ גרויסע צאָל פֿריילעכע, וואָס שטודירן ייִדיש אין וועלטלעכע אינסטיטוציעס, ווי בײַם ייִוואָ“, — גיט איבער מאַטעס זשאַנסאָן, אַן אָנהייבער אין דער זומער-פּראָגראַם און אַן איין־יאָריקער גראַדויִר-סטודענט בײַ דעם שיקאַגער אוניווערסיטעט. „אין מײַן אייגענעם פֿאַל, מיין איך, אַז מײַן אינטערעס צו ייִדיש איז נישט אַזוי שטאַרק פֿאַרבונדן מיט מײַן אידענטיטעט ווי אַ האָמאָסעקסועליסט; אָדער צו מײַן אידענטיטעט בכלל, ווײַל איך בין נישט קיין ייִד. איך פֿיל זיך אָבער אין דער סבֿיבֿה גאַנץ באַקוועם, ווי אַן עפֿנטלעכער האָמאָסעקסואַליסט, און כ׳האָב שוין געהאַט אַ סך ווערטיקע שמועסן וועגן פֿריילעכע ענינים.“