גרוזיע ווערט פּאָפּולער בײַ ישׂראלדיקע טוריסטן

Georgia Growing Popular Among Israeli Tourists

נאַנולי יאַנאַשווילי (אין מיטן), די משגיחטע פֿונעם „רעסטאָראַן ירושלים‟, מיט אירע צוויי קעכינס, דעם 20סטן אויגוסט, אין טביליסי, גרוזיע
Cnaan Liphshiz
נאַנולי יאַנאַשווילי (אין מיטן), די משגיחטע פֿונעם „רעסטאָראַן ירושלים‟, מיט אירע צוויי קעכינס, דעם 20סטן אויגוסט, אין טביליסי, גרוזיע

פֿון ייִט״אַ

Published September 17, 2015, issue of October 02, 2015.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע זעקס יאָר איז דער ישׂראלדיקער טוריזם קיין גרוזיע ממשותדיק געוואַקסן, און דערבײַ פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון טערקײַ, וואָס פֿלעגט זײַן אַ פּאָפּולער־אָרט בײַ ישׂראלים, איידער די באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער זענען געוואָרן אַזוי אָנגעשטרענגט.

לויט אַ באַריכט אין דער ייִט״אַ, פֿאָרן די ישׂראלדיקע טוריסטן קיין גרוזיע צוליב אַ צאָל סיבות: גרוזיע איז געאָגראַפֿיש פּונקט אַזוי נאָענט ווי טערקײַ; מע געפֿינט דאָרט די זעלבע נידעריקע פּרײַזן, און עס קומען דאָרט זעלטן פֿאָר אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. דערצו זענען די קאַווקאַזער בערג באַקאַנט פֿאַר זייער פּרעכטיקער לאַנדשאַפֿט, און ציִען צו אַ סך פֿון די יונגע ישׂראלדיקע אַלפּיניסטן.

לויטן ישׂראלדיקן טוריזם־מיניסטעריום, באַזוכן גרוזיע בערך 60,000 ישׂראלים יעדעס יאָר — כּמעט דרײַ מאָל מער ווי אין 2010.

אַ דאַנק דעם ישׂראלדיקן טוריזם, איז לעצטנס געגרינדעט געוואָרן אין דער גרוזישער קרוינשטאָט טבילסי צוויי כּשרע רעסטאָראַן — „דוד המלך‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם הויף פֿון דער „גרויסער טבילסי־שיל‟, און „רעסטאָראַן ירושלים‟; ווי אויך אַ ייִדישער קיאָסק, סוּווענירן־געוועלב און עטלעכע כּשרע אַכסניאות. אַ גרופּע אָרטיקע ייִדישע געשעפֿטסלײַט גרייט זיך צו עפֿענען אַ כּשרן שפּײַז־דינסט, וווּ די באַרג־קלעטערער קענען אײַנקויפֿן כּשר עסן און ישׂראלדיק צובײַסנס מיטצונעמען אויף זייערע רײַזעס אין די בערג.

די גרוזיער רעגירונג האָט אויך באַמערקט דעם פֿענאָמען, און אין אויגוסט איז דער פּרעמיער איראַקלי גאַריבאַשווילי בײַגעווען בײַ אַ צערעמאָניע לכּבֿוד 120 יאָר פֿון אַ שיל אינעם שטעטל „אָני‟, 120 מײַל פֿון טבילסי. גאַריבאַשווילי, וועמעס רעגירונג האָט פֿינאַנצירט אַ טייל פֿונעם רעמאָנט פֿון די טבילסי־ און אָני־שילן, האָט בעת דער צערעמאָניע באַצייכנט גרוזיע ווי „דאָס צווייטע היימלאַנד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟.