ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published September 16, 2015, issue of October 02, 2015.

קערען (קײלע) פֿעלדמאַן
קערען (קײלע) פֿעלדמאַן

אַ נײַ קאָמפּאַקטל ייִדישע לידער איז אַרױס אין מעלבורן

די מעלבורן־געבױרענע ייִדישע זינגערין און אַקטריסע קערען (קײלע) פֿעלדמאַן האָט אַרױסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל ייִדישע פֿאָלקס־, טעאַטער־, חורבן־ און קונסט־לידער. דאָס קאָמפּאַקטל הײסט, „מזל — אַ רײַזע דורכן ייִדישן ליד‟, און באַשטײט פֿון 12 לידער. פֿעלדמאַן איז אַ גראַדואַנטקע פֿונעם מעלבורנער שלום־עליכם קאָלעדזש און האָט געשפּילט האָדל אין דער ייִדישער פֿאָרשטעלונג פֿונעם „פֿידלער אױפֿן דאַך“, װאָס דער מעלבורנער ייִדישער יוגנט־טעאַטער האָט געשפּילט אין די 1990ער יאָרן. דערצו איז זי יאָרן לאַנג געװען די הױפּט־זינגערין פֿון דער מעלבורנער קאַפּעליע „יעקבֿס חלום‟.

דער ערשטער „שיר־משוגעת‟־פֿעסטיװאַל אין מעלבורן

העכער 1,600 מענטשן זײַנען בײַגעװען אױפֿן ערשטן מעלבורנער „שיר־משוגעת‟־ פֿעסטיװאַל, װוּ זײ האָבן געהערט חזנות, ייִדישע לידער, קלעזמער־לידער און ישׂראלדיקע לידער אױף 6 בינעס אין 3 זאַלן אױף אײן גאַס אין אײן טאָג. דער פֿאַראַיאָריקער פֿעסטיװאַל איז פֿאָרגעקומען אין סידנעי. דער איבעראַיאָריקער פֿעסטיװאַל װעט װידער פֿאָרקומען אין סידנעי, און דער פֿעסטיװאַל פֿאַרן יאָר 2017 װעט פֿאָרקומען אין מעלבורן.

באַװאָפֿנטע שומרים היטן איצט אָפּ די גרעסטע ייִדישע טאָגשול

די גרעסטע ייִדישע טאָגשול אין אױסטראַליע, „הר־הצופֿים‟, האָט געמאָלדן די װאָך, אַז באַװאָפֿנטע שומרים װעלן היטן אירע דרײַ קאַמפּוסן צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון ייִדישע טאָגשולן אין מעלבורן.

דעם טאָגשולס פֿאַרװאַלטער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די ענדערונג איז נישט פֿאָרגעקומען װי אַ רעזולטאַט פֿון נײַע סטראַשונקעס, און אַז זי איז באַשטימט געװאָרן נאָך לענגערע דיסקוסיעס. שױן 20 יאָר װי באַװאָפֿנטע שומרים היטן אָפּ די קאַמפּוסן פֿון ייִדישע טאָגשולן און ייִדישע אינסטיטוציעס אין סידנעי. די פֿאַרװאַלטער פֿון אַנדערע מעלבורנער ייִדישע טאָגשולן זאָגן, אַז זײ באַטראַכטן כּסדר זײערע זיכערהײט־באַדערפֿענישן.