ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

דייוויד אירווינג
דייוויד אירווינג

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 17, 2015, issue of October 16, 2015.

אַן אָפּלייקענער פֿון חורבן מאַכט פֿון דעם אַ געשעפֿט

אין עלטער פֿון 77 האָט דייוויד אירווינג נאָך אַלץ גרויסע פּלענער.

ער פֿאַרבעט טוריסטן צו פֿאָרן מיט אים קיין פּוילן, אין סאָביבאָר און טרעבלינקע, בעלזשעץ און מײַדאַנעק. די נסיעה וועט זיי קאָסטן אַן ערך 3000 דאָלאַר, און דער ציל איז צו ווײַזן זיי, אַז דער חורבן איז נישט געווען אַזוי שרעקלעך ווי מען זאָגט.

אירווינג איז אַן ענגלענדער, וואָס איז נישט קיין היסטאָריקער, אָבער געמאַכט זײַן נאָמען באַקאַנט מיט זײַנע ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אירווינג חזרט כּסדר איבער די טענה, אַז די צאָל ייִדן וואָס זענען דעהרגעט געוואָרן דורך די דײַטשן, איז אַ סך קלענער ווי די היסטאָריקער ווײַזן אָן. ער גיט צו, אַז אַפֿילו די וואָס זענען יאָ אומגעקומען, ווי למשל, אין טרעבלינקע, האָבן פֿאַרבראַכט זייערע לעצטע שעהען אין די שיינע פּוילישע וועלדער, וווּ די פֿייגל הערן נישט אויף צו צוויטשען. לויט זײַנע ווערטער — אַ גאַנץ אָנגענומענער טויט.

אַגבֿ, די בריטישע פּילאָטן, וואָס האָבן געקעמפֿט קעגן דײַטשלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען לויט אים נישט קײן העלדן, נאָר פֿאַרקערט, מיאוסע קריגס־פֿאַרברעכער. ער קען זיי נישט מוחל זײַן, וואָס זיי האָבן באָמבאַרדירט דײַטשישע שטעט, ווי למשל, דרעזדען. אירווינג האָט אַ טבֿע איבערצוטרײַבן, מיט דער הילף פֿון פֿאַלשע היסטאָרישע דאָקומענטן, די צאָל דײַטשן, וואָס זענען אומגעקומען בשעת דער מלחמה. אין קעגנזאַץ, איז בײַ אים די צאָל ייִדישע קרבנות, כּסדר פֿאַרקלענערט.

סער ריטשאַרד עוואַנס, אַ קיימברידזש־פּראָפֿעסאָר און אַ גרויסער מומחה פֿאַר דער געשיכטע פֿון דעם דריטן רײַך, פֿאַרגלײַכט אירווינג מיט די ענגלישע גימנאַזיסטן, וואָס האָבן באַגנבֿעט היסטאָרישע אָביעקטן פֿונעם אוישוויץ־מוזיי.

די פּרעסע האָט זיי באַשולדיקט אינעם באַציִען זיך מיט אומכּבֿוד צו די קרבנות פֿונעם חורבן. “אירווינג, — זאָגט פּראָפֿעסאָר עוואַנס, — איז אַ סך ערגער פֿון זיי. ווי קומט עס, אַז מען לאָזט אים פֿירן טוריסטן אין די אַמאָליקע טויט־לאַגערן?” — וווּנדערט זיך דער ענגלישער היסטאָריקער.

עס זעט אויס, אַז אירווינג וואָס האָט שטענדיק געמאַכט חוזק פֿונעם חורבן-טוריזם, מאַכט אַ נישקשהדיק געשעפֿט פֿון זײַן חורבן-פֿאַרלייקענונג־טוריזם.


נאָווי־סאָנטש־זאַנז־סאַנץ — אַן אַלט חסידיש שטעטל

דאָס שטעטל נאָווי-סאָנטש הייסט אויף ייִדיש צאַנז ויש אומרים סאַנץ. די צאַנזער דינאַסטיע ציט זיך פֿון ר’ חיים האַלבערשטאַם, באַקאַנט ווי דער “דברי חיים”. זעקס פֿון זײַנע זין האָבן אויפֿגעשטעלט חסידותן מיט נײַע נעמען.

די צאַנזער חסידים האָבן זיך צעטיילט צווישן זיי. דער צאַנזער בוים האָט אַזוי אַרום עטלעכע צווײַגן. דער שינאַווער צווײַג, דער באָבאָווער צווײַג, דער גאָרליצער צווײַג, דער צאַנז-קלויזנבורג־צווײַג, דער אַזוי גערופֿענער קרײַז (צאַנז־צווײַג) און אַנדערע.

דעם רביס קבֿר געפֿינט זיך אין צאַנז גופֿא. פֿאַרשטייט זיך, אַז חסידים פֿון די אַלע הויפֿן קומען עולה־רגל זײַן קיין סאַנץ.

אין סאַנץ שטייט ביזן הײַנטיקן טאָג אַ פּרעכטיקע שיל. די שיל האָט געהערט אין די לעצטע יאָרן צו דער ייִדישער קהילה אין קראָקע. די שטאָט האָט געדונגען די שיל בײַ דער קראָקער קהילה, זי זאָל דינען ווי אַ קונסט-גאַלעריע פֿאַר פֿאַרשיידענע אויסשטעלונגען.

די אויסלענדישע חסידים, וואָס קומען קיין סאַנץ, האָבן דערפֿאַר נישט געהאַט וווּ צו דאַוונען. איצט, אַ דאַנק דער פֿונדאַציע “בוני סאַנץ”, ווערט די שיל צוריק אַ שיל. די פֿונדאַציע האָט פּשוט אָפּגעקויפֿט דעם בנין. דער ראָש פֿון דער פֿונדאַציע, וואָס שטאַמט פֿונעם גרינדער פֿון דער סאַנצער דינאַסטיע, חיים האַלבערשטאַם, הייסט יואל האַלבערשטאַם. די פֿונדאַציע האָט אויך געקויפֿט אַ הויז און אַ שטיקל ערד לעבן דעם סאַנצער בית-עולם. דאָרט האָט מען געמאַכט אַן אַכסניא מיט אַ כּשרער קיך.

אַגבֿ, נישט בלויז פֿאַר די חסידים, נאָר פֿאַר סתּם טוריסטן איז כּדאַי אַרײַנצופֿאָרן קיין סאַנץ. ווער ס’איז געווען אַ מאָל אין סאַנץ ווייסט, אַז דאָס אָרט ליגט צופֿוסנס פֿון די העכסטע בערג אין פּוילן, די טאַטרעס. במילא איז דאָס שטעטל זייער אַ מאָלערישס. הייסט עס, אַז מען קען דאָרט באַוווּנדערן אי גאָט, אי זײַן שיינע וועלט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.