ייִדישער אױטאָנאָמיזם און זײַן ירושה

Jewish Autonomism and Its Legacy

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 18, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער עיקרדיקער פּאָליטישער פּרינציפּ פֿון אױטאָנאָמיזם איז געװען די פּאָליטישע אָנערקענונג פֿון די קאָלעקטיװע רעכט פֿונעם ייִדישן כּלל װי אַ נאַציאָנאַלע גרופּע מצד דער מלוכה. אָבער װײַטער האָבן זיך אָנגעהױבן חילוקי־דעות: איז די ייִדישע עדה אַ װעלטלעכע אָדער אַ רעליגיעזע; צי דאַרף מען האָבן אַ ספּעציעלן שטײַער צו שטיצן די ייִדישע אינסטיטוציעס; צי מוזן אַלע ייִדן זײַן מיטגלידער פֿון דער אױטאָנאָמיע, און װי אַזױ װעט מען מיט איר פֿאַרװאַלטן? בעת די פּאָליטישע כּלל־טוער האָבן דעבאַטירט די דאָזיקע פֿראַגן אױף זײערע אַסיפֿות, האָבן די קולטור־טוער און ליטעראַטן, אַזעלכע װי ניגער און בערגעלסאָן, פֿאַרלײגט די קולטורעלע יסודות פֿון דער צוקונפֿטיקער אױטאָנאָמיע.

אינעם לעצטן סך־הכּל איז די ייִדישע ליטעראַטור און קונסט פֿון יענער צײַט פֿאַרבליבן די אײנציקע דױערנדיקע ירושה פֿון אָט די אַלע אידעיִשע און פּאָליטישע חקירות. די ייִדישע היסטאָריקער גריבלען זיך אין די קלײנע אותיות פֿון פּאָליטישע פּראָגראַמען און װיכּוחים, לײענען מיט התמדה די פּראָטאָקאָלן פֿון באַראַטונגען, אָבער זיי האָבן כּמעט ניט קײן אינטערעס צו די קולטורעלע פּראָדוקטן פֿון אָט דעם דאָזיקן אױפֿבלי פֿון ייִדישן נאַציאָנאַלן געדאַנק. מען באַטראַכט קולטור װי אַ פּאָליטישע כּלי, נאָר מען רעדט ניט װעגן איר תּוך און װערט פֿאַר זיך.

די װערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ בילד פֿונעם עבֿר, װאָס איז אַנדערש פֿון די פּאָליטישע מאַניפֿעסטן און פּאַרטײ־פּראָגראַמען. בעת די פּאָליטיקער האָבן געהאַלטן ייִדיש פֿאַר אַ מאַסן–שפּראַך פֿאַרן עמך, זײַנען די ייִדישע מאָדערניסטן געװען פֿאַרטאָן אינעם שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע קולטור פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ און מיטלשטאַנד. בערגעלסאָן האָט געהאַט אין זינען לייענערינס, װאָס „װעלן זיך מוזן באַהאַלטן מיטן ייִדישן ביכל אין האַנט אָדער בעטן די דינסט, אַז זי זאָל עס פֿאַר זײ איבערלײענען‟. דװקא אָט דער אױטאָנאָמיסטישער געדאַנקענגאַנג האָט גורם געווען אַ נײַע ייִדישע עסטעטיק, װאָס האָט צונױפֿגעשמאָלצן דעם אײראָפּעיִשן מאָדערניזם מיט דער ייִדישער טראַדיציע, און אַרױסגעבראַכט די שענסטע מוסטערן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט.

די הײַנטיקע היסטאָריקער פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום זײַנען גוט באַהאַװנט אין די װיסנשאַפֿטלעכע מעטאָדן און היסטאָרישע מקורים אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן. װאָס עס פֿעלט זײ יאָ — און דאָס זעט מען גאַנץ בולט, װען מען פֿאַרגלײַכט זײ מיט זײערע פֿאָרגײער, װי למשל שמעון דובנאָװ — איז דער עסטעטישער חוש פֿאַר דער קונסט און ליטעראַטור פֿון דער תּקופֿה. און פֿאַרקערט, אַ סך הײַנטיקע ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿאַרמאָגן ניט קײן ברײטן היסטאָרישן האָריזאָנט און פֿאַרלאָזן זיך בלױז אױף די הײַנטיקע מאָמענטאַלע סך־הכּלען אַנשטאָט צו פֿאַרלאָזן זיך אויף לעבעדיקע גבֿית־עדותן פֿון דער תּקופֿה. אין בײדע פֿאַלן בלײַבט דאָס בילד פֿונעם עבֿר אַ פֿעלערהאַפֿטיקס.