ווען די אַראַבער אין יאָרדאַניע זענען געווען ייִדן

When Jordanian Arabs Were Jews

די אומגעלומפּערטע רעקלאַמע פֿון „פּרעסעפּט מיניסטריס‟
די אומגעלומפּערטע רעקלאַמע פֿון „פּרעסעפּט מיניסטריס‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 18, 2015, issue of October 16, 2015.

לעצטנס איז געשען אַ סקאַנדאַל מיט אַן אומגעלומפּערטער טוריסטישער רעקלאַמע פֿון דער קריסטלעכער מיסיאָנערישער פֿירמע „פּרעסעפּט מיניסטריס‟, וואָס לייגט פֿאָר צו באַטייליקן זיך אינעם קומענדיקן יאָר 2016 אין אַ „ביבלישן‟ טור איבערן הייליקן לאַנד. די אומגעלומפּערטקייט באַשטייט אין דעם, וואָס אַ בילד פֿונעם באַרימטן אוראַלטן טעמפּל „אַל־כאַזנע‟ אין פּעטרע, יאָרדאַניע, ווערט אויף דער רעקלאַמע באַגלייט מיט דער אויפֿשריפֿט „ישׂראל‟.

הגם די מחברים האָבן אַראָפּגענומען די אויסטערלישע רעקלאַמע פֿונעם „פֿייסבוק‟, צוליב דער וואַקסנדיקער כוואַליע פֿון חוזק און טענות, הענגט זי נאָך אַלץ אויף דער וועבזײַט פֿון „פּרעסעפּט מיניסטריס‟. ס׳זעט אויס, אַז די קריטיקער האָבן ריכטיק באַמערקט: די פֿאַרביסענע קריסטלעכע ציוניסטן, וועלכע אָרגאַניזירן דעם טור פֿאַר אַ נישקשהדיקער סומע פֿון 8,700 דאָלאַר, באַטראַכטן פּעטרע ווי אַ טייל פֿונעם היסטאָרישן ארץ־ישׂראל, דערפֿאַר גייט זיי נישט אָן, אַז די באַרימטע רויִנען געפֿינען זיך אונטער אַן אַנדער יוריסדיקציע. דער יאָרדאַנישער מיניסטעריום פֿון טוריזם באַטראַכט איצט, צי מע דאַרף אָנהייבן אַ געריכט־פּראָצעס קעגן דער מיסיאָנערישער חבֿרה.

קיי אַרטור, וועלכע אָרגאַניזירט די פּלאַנירע נסיעה, פֿירט אָן מיט אַ גאַנצער גלאָבאַלער מיסיאָנערישער קאָרפּאָראַציע און שרײַבט קריסטלעכע ביכער מיט אַ בפֿירוש רעכטן פּאָליטישן טעם. וואָס שייך עם־ישׂראל, איז איר באַציִונג גאַנץ קלאָר; זי גלייבט, אַז די ייִדן מוזן באַלעבאַטעווען איבער ארץ־ישׂראל, אָבער דערבײַ זיך אויסשמדן. דאָס ייִדישע פֿאָלק, ווי זי שטעלט זיך פֿאַר, איז אַ ביאָלאָגישער אָפּשטאַמלינג פֿון די תּנ״כישע אָבֿות, וועלכע אַמפּערן זיך נאָך אַלץ קעגן דער עוואַנגעליש־קריסטלעכע אמונה. „די ייִדן דאַרפֿן ווערן קריסטן‟, דערקלערט זי גאַנץ אָפֿן.

דאָס איז, אַוודאַי, נישט קיין חידוש; אַ מיסיאָנער בלײַבט דאָך אַ מיסיאָנער. ווען איך בין געווויר געוואָרן וועגן דער נאַרישער רעקלאַמע, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט וועגן דער פֿאַרכאַפּנדיקער און באַלערנדיקער היסטאָרישער איראָניע, וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדן, אַראַבער און מיסיאָנערן. פּעטרע איז דאָך געווען די הויפּטשטאָט פֿון די נבֿטים — אַמאָליקע אַראַבישע שבֿטים.

די נבֿטים האָבן אַקטיוו געהאָלפֿן די מכּבים פּטור צו ווערן פֿון דער גריכיש־סירישער מאַכט. עס באַקומט זיך, אַז מיר פּראַווען הײַנט חנוכּה, אין אַ געוויסער מאָס, צוליב דער אַמאָליקער סאָלידאַריטעט פֿון ייִדן און אַראַבער. ווי אַ רעזולטאַט, האָט דער ייִדישער מלך אַלכּסנדר ינאַי שפּעטער באַשלאָסן צו פֿאַרברייטערן זײַן טעריטאָריע און האָט מגייר געווען טויזנטער נבֿטים בגוואַלד. אין דער ייִדישער געשיכטע זענען געשען אַ צאָל פֿאַלן פֿון אַקטיווער מיסיאָנערישער טעטיקייט; די חשמונאָיִם האָבן אָבער צוגעגעבן צו זייער מיסיע אַ מין „מיליטערישן דזשיהאַד‟, וועלכער האָט דערגרייכט די אַראַבישע שכנים פֿון זייער מלכות, פֿאַרשפּרייטנדיק ייִדישקייט מיט אַ שווערד אויף דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער יאָרדאַניע.

אין פּערטע שטייען נאָך אַלץ אַ סך סימנים פֿון דרײַ אוראַלטע פּאַגאַנישע אָפּגעטינס — אַל־אוזאַ, אַלאַט און מאַנאַט. מיט 700 יאָר שפּעטער, צוליב דער טעטיקייט פֿון מוכאַמאַד, איז די דאָזיקע עבֿודה־זרה טאַקע בטל געוואָרן. פּעטרע בלײַבט אַ וויכטיקער צענטער פֿון אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען, וואָס דערמעגלעכן צו פֿאַרשטיין די אַמאָליקע פּאַגאַנישע רעליגיע פֿון די אוראַלטע אַראַבער. די חשמונאָים האָבן געשטרעבט זי אויסצוראָטן אויף אַן אַנדער אופֿן, דורכן געצוווּנגענעם גיור.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.