כּפּרות — דערלויבט אין ניו־יאָרק

Kapores Allowed in New York

דאָס כּפּרות־שלאָגן
Getty Images
דאָס כּפּרות־שלאָגן

פֿון ייִט״אַ

Published September 18, 2015, issue of October 16, 2015.

מאָנטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער און דעם ערשטן טאָג ראָש־השנה לויטן ייִדישן לוח, האָט דעבראַ דזשיימס, אַ ריכטעריקן פֿונעם ניו־יאָרקער העכסטן געריכט, באַשלאָסן, אַז אין דער שטאָט מעגן די ייִדן ווײַטער שלאָגן די כּפּרות.

אין יולי, האָט די „אַליאַנץ פֿאַרן פֿאַרווערן כּפּרות־הינער‟ אָנגעקלאָגט אין געריכט קעגן דעם דאָזיקן ריטואַל. די אַקטיוויסטן פֿון דער דאָזיקער גרופּע טענהן, אַז דאָס שלאָגן כּפּרות פֿאַרשאַפֿט אַן אומבאַקוועמקייט פֿאַר די תּושבֿים פֿון דער שטאָט. אינעם געריכט־אָנקלאָג ווערן דערמאָנט די נעמען פֿון עטלעכע רבנים און שילן. די ניו־יאָרקער פּאָליציי, די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע און דער דעפּאַרטאַמענט פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג ווערן באַשולדיקט אינעם העלפֿן די ייִדן צו שלאָגן די כּפּרות בפֿרהסיא, בלאָקירנדיק געוויסע גאַסן בעת דעם ריטואַל. די אָנקלאָגער גיבן צו, אַז די כּפּרות קומען אין סתּירה, לויט זייער מיינונג, מיט די שטאָטישע און שטאַט־געזעצן וועגן אומסאַניטאַרישע באַדינגונגען און צער־בעלי־חיים.

דאָס געריכט האָט באַטראַכט די טענה, נישט געפֿונען קיין ממשותדיקע ראַיות, אַז די טענות זענען באַרעכטיקט, און דערלויבט ווײַטער צו שלאָגן כּפּרות אויף די ניו־יאָרקער גאַסן. די נײַעס־קוואַלן גיבן איבער, אַז הײַיאָר וועט מען ברענגען בערך 50,000 כּפּרות־הינער קיין ברוקלין. ווי ס׳איז באַקאַנט, דרייען די מענער אַ לעבעדיקן האָן און די פֿרויען אַ הון דרײַ מאָל איבערן קאָפּ, בעטנדיק דעם באַשעפֿער איבערצולייגן די מענטשלעכע זינד אויף די עופֿות. דערנאָך שעכט מען די הינער און מע גיט דאָס פֿלייש אָפּ די אָרעמע־לײַט. לעצטנס, האָבן אַ סך ייִדישע גרופּעס אָנגעהויבן מאַכן כּפּרות מיט צדקה־געלט, אַנשטאָט די לעבעדיקע עופֿות. אַ סך ניו־יאָרקער ייִדן שלאָגן אָבער כּפּרות יעדעס יאָר אויפֿן טראַדיציאָנעלן אופֿן, מיט הינער און הענער.