וואָס טראַכטן ייִדן וועגן דעם איראַנער אָפּמאַך?

How Deeply Split Is Jewish Public on Iran Deal?

Getty Images

פֿון דזש. דזש. גאָלדבערג (Forward)

Published September 20, 2015, issue of October 16, 2015.

דער אַמעריקאַנער ציבור אין אַלגעמיין איז צעשפּאָלטן אין זייער באַציִונג צום נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן. ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז דער דאָזיקער ענין האָט אַרויסגעוויזן געוויסע שאַרפֿע חילוקי־דעות צווישן די ייִדישע קהילות אין אַמעריקע.

די אויספֿרעגן קומען אַרויס מיט פֿאַרשיידענע ציפֿערן, ווײַל זיי שטעלן די פֿראַגעס אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. אויב מע פֿאַרגלײַכט די רעזולטאַטן, קאָן מען אײַנזען אַ מער קאָמפּליצירטע „מאַפּע‟ פֿון מיינונגען אויף דער ייִדישער גאַס. צוויי אַנקעטעס האָבן נישט לאַנג צוריק געוויזן, אַז 51 אָדער בלויז 21 פּראָצענט אַמעריקאַנער שטיצן דעם אָפּמאַך, אין פֿאַרגלײַך מיט 47 אָדער 49 פּראָצענט קעגנער. איין אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך דער צײַטונג „וואַשינגטאָן־פּאָסט‟ און דעם נײַעס־קאַנאַל ABC; דער צווייטער — דורכן פֿאָרש־אינסטיטוט „פּיו‟.

דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אויסגעפֿונען, אַז 51 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן שטיצן דעם אָפּמאַך און 47 פּראָצענט זענען קעגן. לויטן „לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישן זשורנאַל‟ באַקומען זיך אָבער אַנדערע ציפֿערן: 48 פּראָצענט פֿאַר און 28 קעגן. ווי אַזוי קאָן דאָס אַזוי זײַן, אַז די חשבונות זעען אויס אַזוי אַנדערש? ווען מע פֿרעגט די אַמעריקאַנער סתּם אַזוי, צי זיי געפֿעלט דער אָפּמאַך מיט איראַן, רופֿן זיך אַ סך מענטשן אָפּ זייער נעגאַטיוו. אָבער, אויב מע דערקלערט זיי, קודם, די פּרטים פֿונעם אָפּמאַך, הייבן זיי אָן באַציִען זיך דערצו מער פּאָזיטיוו.

ס׳זעט אויס, אַז די אויסגעפֿרעגטע ייִדן האָבן שוין קאָנקרעטע מיינונגען וועגן דעם אָפּמאַך. עס קאָן זײַן, אַז זיי האָבן געפֿאָלגט די פּרטים פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן מער אויפֿמערקזאַם, ווי דער אַלגעמיינער עולם. פֿאַרשיידענע ציפֿערן באַקומען זיך אָבער, ווען מע פֿרעגט זיי, צי זיי זענען אינגאַנצן אָדער אַ ביסל מסכּים מיטן אָפּמאַך.

דער „פּיו‟־אינסטיטוט האָט נישט דערלערט די אויסגעפֿרעגטע די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם איראַנער אָפּמאַך, און האָט באַקומען בלויז 21 פּראָצענט פּאָזיטיווע אָפּרופֿן. „וואַשינגטאָן־פּאָסט‟ האָט יאָ דערקלערט; ווי אַ רעזולטאַט, האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער געענטפֿערט פּאָזיטיוו.

אַזוי ווי „פּיו‟, האָט דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ נישט באַקענט די אויסגעפֿרעגטע מיט די פּרטים פֿונעם הסכּם, און דער „לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישער זשורנאַל‟ האָט יאָ באַקענט. ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע דורכן קאָמיטעט — אַ ביסל מער ווי אַ העלפֿט — האָבן גוטגעהייסן דעם אָפּמאַך. 47 פּראָצענט זענען אויפֿגעטראָטן קעגן און בלויז ווייניקער ווי 6 פּראָצענט האָבן נישט געהאַט קיין פֿאָרמירטע מיינונג.

להיפּוך, האָט די צײַטונג אין לאָס־אַנדזשעלעס דערקלערט די פּרטים פֿונעם אָפּמאַך, אָבער האָט נישט געגעבן די אויסגעפֿרעגטע אויסצוקלײַבן, צי זייער באַציִונג, אַ פּאָזיטיווע אָדער נעגאַטיווע, איז שטאַרק צי שוואַך. 47.8 פּראָצענט האָבן געענטפֿערט פּאָזיטיוו, 27.6 נעגאַטיוו און 24.6 האָבן נישט געוואָלט ענטפֿערן.

אויב מע פֿאַרגלײַכט די צוויי מעטאָדן פֿון די אויספֿרעגן, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די צאָל שטאַרקע ייִדישע שטיצער פֿונעם איראַנער אָפּמאַך איז קלענער, ווי די צאָל שטאַרקע קענגער — בערך 16 אין פֿאַרגלײַך מיט 27 פּראָצענט. בסך־הכּל, שטעלן מיט זיך פֿאָר די שטאַרקע קעגנער בלויז אַ רעלאַטיוו קליינע מינאָריטעט. פֿון דער צווייטער זײַט, שטעלן מיט זיך פֿאָר די ייִדישע שטיצער פֿונעם אָפּמאַך אַ סטאַבילע און גרויסע גרופּע, אָבער זיי ווײַזן נישט אַרויס קיין שטאַרקן ענטוזיאַזם וועגן דעם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.