דער סעזאָן פֿון דאָנאַלד טראָמפּ

The Season of Donald Trump

דאָנאַלד טראָמפּ
Getty Images
דאָנאַלד טראָמפּ

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 22, 2015, issue of October 16, 2015.

אין משך פֿון די זומער־חדשים, וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט אין אייראָפּע, זײַנען צו מיר דערגאַנגען קלאַנגען וועגן דעם „סוקצעס‟ פֿון דאָנאַלד טראָמפּ; אָבער דעם גאַנצן פֿאַרנעם פֿונעם טראָמפּ־סעזאָן האָב איך דערפֿילט נאָר לעצטנס, ווען איך האָב זיך, סוף־כּל־סוף, אומגעקערט קיין ניו־יאָרק.

קודם־כּל, האָב איך דערפֿילט, אַז מע דאַרף זײַן ממש פֿון אײַזן געמאַכט, כּדי אויסצוהאַלטן דעם שטראָם פֿון די ווערטער, וואָס גיסן זיך פֿון דעם דאָזיקן מענטשן. מאָנטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער, האָב איך עס פֿון דעסטוועגן אויסגעהאַלטן אין משך פֿון בערך פֿערציק מינוט, ווען טראָמפּ האָט גערעדט אין טעקסאַס פֿאַרן עולם פֿון צוואַנציק טויזנט היגע לײַט. די ערשטע מינוטן האָט עס אַפֿילו געקלונגען קאָמיש. האָב איך — אַ נאַר איינער! — באַשלאָסן, אַז אָט־אָט וועלן זיך די חכמות זײַנע אויסשעפּן און ער וועט אַריבערגיין צום תּכלית, דהײַנו: צו דער פּראָגראַם ווי אַזוי ער קלײַבט זיך „ראַטעווען‟ אַמעריקע פֿון די „שרעקלעכע צרות און ווייטיקן‟, וועלכע זי האָט, נעבעך, געקראָגן פֿון באַראַק אָבאַמאַ.

אַגבֿ, ווען איך הער וועגן דעם גאַנצן ענין פֿון „ראַטעווען‟ דאָס לאַנד און דאָס פֿאָלק, הער איך אויף צו פֿאַרשטיין, וועגן וואָס אייגנטלעך גייט די רייד? מע מיינט די אַרבעטלאָזיקייט (5.1 פּראָצענט), וועלכע איז הײַנט די נידעריקסטע זינט 2008? די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער פֿאַרדינט די טעג מער איידער אין דעם זעלבן יאָר 2008. פּרײַזן פֿון הײַזער און דירות האַלטן אין איין וואַקסן, וואָס איז אַ קלאָרער באַווײַז, אַז עס זײַנען דאָ גענוג קונים מיט געלט. דער אַמעריקאַנער דאָלאַר איז שטאַרק. איך הער פֿון אַלע זײַטן, ווי מע האָט עס דערפֿילט בעת די רײַזעס, אַ שטייגער, קיין אייראָפּע. און איך האָב עס אויך דערפֿילט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.