אַ סקאַנדאַל אַרום ייִדישע דענקמעלער אין וואַשינגטאָן

Washington Scandal Behind Jewish Memorials

דזשעפֿרי פֿאַראָו, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער „קאָמיסיע פֿאַרן אָפּהיטן די אַמעריקאַנער ירושה אין אַנדערע לענדער‟
El Nuevo Dia via AP Images
דזשעפֿרי פֿאַראָו, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער „קאָמיסיע פֿאַרן אָפּהיטן די אַמעריקאַנער ירושה אין אַנדערע לענדער‟

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published September 22, 2015, issue of October 16, 2015.

די „קאָמיסיע פֿאַרן אָפּהיטן די אַמעריקאַנער ירושה אין אַנדערע לענדער‟, אַ קליינע רעגירונג־אַגענטור אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס היט אָפּ געוויסע היסטאָרישע ערטער אין אייראָפּע, איז באַשולדיקט געוואָרן אין קרימינעלע מעשׂים. פֿון זייער צד, באַטאָנען די ייִדישע קהילה־פֿירער, אַז די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט געשפּילט אַ קריטיש וויכטיקע ראָלע אינעם פֿאַראייביקן די ייִדישע ירושה אין די אייראָפּעיִשע לענדער. לויט דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט דזשעפֿרי פֿאַראָו, וועלכער דינט אַ טייל פֿון זײַן אַרבעט־צײַט ווי דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער קאָמיסיע, פֿאַרדינט פֿאַר דעם 104,000 דאָלאַר אַ יאָר. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער אָבער געזאַמלט געלט פֿאַרן רעפּרעזענטירן די אינטערעסן פֿון די אויסלענדישע רעגירונגען. דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר ראָן דזשאָנסאָן פֿונעם שטאַט וויסקאָנסין טענהט, אַז אַנשטאָט דער הזכּרה־טעטיקייט, האָט די אָרגאַניזאַציע געדינט ווי אַ קוואַל פֿון פֿאַראָוס צווייפֿלהאַפֿטיקן רווח.

דער ניו־יאָרקער זשורנאַליסט עזרא פֿרידלענדער, וועלכער האָט הײַיאָר אָרגאַניזירט אין וואַשינגטאָן אַן אונטערנעמונג לכּבֿוד דעם 30־יאָריקן יוביליי פֿון דער קאָמיסיע, האָט איבערגעגעבן, אַז דער אַרטיקל אין „טײַמס‟ האָט אים איבערראַשט. פֿרידלענדער האָט דערציילט, אַז אַ דאַנק דער אָרגאַניזאַציע, איז אָפּגעהיט געוואָרן דער ייִדישער בית־עולם אין אונגערן, וווּ עס ליגט באַערדיקט זײַן משפּחה, וואָס שטאַמט פֿונעם ליסקער רבין, דעם באַקאַנטן חסידישן צדיק. די אַמעריקאַנער מלוכישע אָרגאַניזאַציע האָט רעסטאַוורירט דעם פֿאַרלאָזטן בית־עולם; הײַנט פֿאָרן כּסדר אַהין טויזנטער חסידים צו דאַוונען אויף קבֿרי־צדיקים.

וויליאַם דאַראָף, דער וואַשינגטאָנער דירעקטאָר בײַ דער „ייִדישע פֿעדעראַציע פֿון צפֿון־אַמעריקע‟ און אַ געוועזענער מיטגליד פֿון דער קאָמיסיע, האָט באַטאָנט, אַז אַ דאַנק דער דאָזיקער אַגענטור האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצײַגן די אייראָפּעיִשע רעגירונג אָפּצוהיטן וויכטיקע היסטאָרישע דענקמעלער און דורכצופֿירן הזכּרה־פּראָיעקטן. די אָרגאַניזאַציע באַקומט 644,000 דאָלאַר יעדעס יאָר פֿונעם מלוכישן בודזשעט פֿאַר אייגענע אַדמיניסטראַטיווע צוועקן; פֿאַראָוס געהאַלט באַטרעפֿט אַ מערקווירדיקן פּראָצענט פֿון דער דאָזיקער סומע. דאָס געלט פֿאַר די הזכּרה־פּראָיעקטן קומט פֿון די אייראָפּעיִשע רעגירונגען, אָפֿט בשותּפֿות מיט פּריוואַטע מנדבֿים.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.