אַ סקאַנדאַל אַרום ייִדישע דענקמעלער אין וואַשינגטאָן

Washington Scandal Behind Jewish Memorials

דזשעפֿרי פֿאַראָו, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער „קאָמיסיע פֿאַרן אָפּהיטן די אַמעריקאַנער ירושה אין אַנדערע לענדער‟
El Nuevo Dia via AP Images
דזשעפֿרי פֿאַראָו, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער „קאָמיסיע פֿאַרן אָפּהיטן די אַמעריקאַנער ירושה אין אַנדערע לענדער‟

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published September 22, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אויף דער וועבזײַט פֿון דער קאָסימיע ווערן אָנגערופֿן אַ סך רעסטאַווראַציע־ און אָנדענק־פּראָיעקטן, וועלכע מע האָט דורכגעפֿירט בײַם אָנהייב פֿונעם הײַנטיקן יאָרהונדערט. לעצטנס, אָבער, פֿאַרנעמט זי זיך בלויז מיט אַ קליינער צאָל פּלענער. אַן אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון דער אַגענטור האָט דערציילט דער ייִט״אַ וועגן בערך 20 פּראָיעקטן; אַ סך פֿון זיי ווערן נישט דערמאָנט אויף דער וועבזײַט. דזשאָנסאָן טענהט, אַז מיט צוויי יאָר צוריק האָט אַן אַמעריקאַנער מלוכישע אינספּעקציע צונויפֿגעשטעלט אַ באַריכט, לויט וועלכן די דאָזיקע ווייניק באַקאַנטע פֿעדעראַלע אָרגאַניזאַציע האָט זיך „אויף אַן אויסטערלישן אופֿן‟ פֿאַרוואַנדלט אין אַ „לאָבי‟־ביוראָ.

אַחוץ זײַן טעטיקייט ווי דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער „ירושה־קאָמיסיע‟, דינט פֿאַראָו אויך ווי אַ רעגיסטרירטער אויסלענדישער אַגענט לטובֿת פּאַלאַו — אַ פּיצל־קליינע מלוכה אינעם פּאַציפֿישן אָקעאַן, וואָס קריגט געלט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט אויך געדינט ווי אַ „לאָבי‟־אַגענט פֿאַר פּוערטאָ־ריקאָ. לויט „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט ער אויסגענוצט דעם זעלבן פֿעדעראַלן ביוראָ פֿאַר ביידע צוועקן.

לעסלי ווײַס, די פֿאָרזיצערין פֿון דער „ירושה־קאָמיסיע‟, וועלכער באַקומט נישט קיין געלט פֿאַר איר טעטיקייט אין דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, האָט פֿאַרטיידיקט דעם אויספֿיר־דירעקטאָר און באַמערקט, אַז אַזאַ קליינע אַגענטור קאָן זיך נישט באַגיין אָן אַזעלכע מיטאַרבעטער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרשיידענע אַנדערע פּריאָעקטן אין דער זעלבער צײַט. אויף דזשאָנסאָנס טענה, אַז אַזאַ אויפֿפֿירונג קאָן „פֿאַררעכנט ווערן ווי אַן ערנסט פֿאַרברעכן‟, האָט זי געענטפֿערט, אַז הגם פֿאַראָו האָט, מעגלעך, געפֿירט זײַנע „לאָבי‟־עסקים אינעם זעלבן קאַבינעט, האָט ער זיך דערפֿאַר באַנוצט מיט אַ באַזונדערן קאָמפּיוטער און צעל־טעלעפֿאָן.

די אויספֿאָרשונג פֿון פֿאַראָוס טעטיקייט האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער טענה פֿון קאַטאַרינאַ רײַען, אַ קאַטוילישע פֿרוי פֿונעם פּוילישן אָפּשטאַם, וועלכע האָט באַמערקט, אַז די אַגענטור פֿאָקוסירט זיך אויף די אומגעקומענע ייִדן, אָבער איגנאָרירט די נישט־ייִדישע קרבנות פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. ווײַס האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז די ייִדן האָבן געליטן מער, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אייראָפּעיִשע באַפֿעלקערונג־גרופּעס, און אַז די אַגענטור האָט יאָ געהאָלפֿן אָפּצוהיטן מוסולמענישע דענקמעלער אין בולגאַריע און די ציגײַנערישע היסטאָרישע ערטער און רומעניע. זינט 1985, ווען די קאָמיסיע איז געגרינדעט געוואָרן, פֿאַרנעמט זי זיך אָבער כּמעט אויסשליסלעך מיט ייִדישע הזכּרה־פּראָיעקטן.

אַזוי צי אַזוי, האָט די רעגירונג נאָך רײַענס טענה זיך פֿאַראינטערעסירט מיט די צווייפֿלהאַפֿטיקע אַספּעקטן פֿון פֿאַראָוס טעטיקייט. דזשאָנסאָן פֿירט אָן מיטן „קאָמיטעט פֿאַר היימלאַנד־זיכערהייט און רעגירונג־טעטיקייט‟ בײַם אַמעריקאַנער סענאַט, וועלכע האָט דורכגעפֿירט אַן אייגענע אויספֿאָרשונג. זײַן אָרגאַניזאַציע האָט איבערגעגעבן, אַז ווען זי האָט אָנגעהויבן חושד צו זײַן, אַז אין דער „ירושה־אַגענטור‟ טוט זיך עפּעס מאָדנע, האָט זי לכתּחילה גאָרנישט געוווּסט וועגן רײַענס טענה.